ⓘ וויסנשאפט שטומף ..

E=mc²

E=mc² איז אַ גלייכונג פון טעאָרעטיש פיזיק וואס שטעלט אוועק דאס שייכות צווישן מאַסע, ענערגיע אין נאר וועלכער פארעם. ענערגיע איז גלייך צו מאַסע געטאפלט מיטן קוואדראט פון דער גיך פון ליכט: E = Energy ענערגיע m = mass מאַסע c = Celeritas גיכקייַט, פון לאַטייַן אין 1905 האט אַלבערט איינשטיין פארענפנטלעכט זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, פון וואס קומט די גלייכונג.

אולטראוויאלעט

אולטראַוויאלעטע ליכט איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג מיט א כוואליע־לענג וואס איז קירצער ווי זעבארע ליכט, אבער לענגער ווי רענטגען שטראלן. דאס ווארט אולטראוויאלעט באדייט "ווייטער פון וויאלעט" ; וויאלעט איז דער זעבארער קאליר מיט דער קירצטער לענג. אולטראוויאלעט האט א כוואליע לענג צווישן 10 נאנאמעטער און 400 נאנאמעטער. כאטש מענטשן קענען נישט זען אולטראוויאלעטע ליכט, אבער טייל אינסעקטן, רעפטיליעס, קראקאדילן און קליינע פייגעלעך קענען יא זען דאס. אולטראוויאלעטע ליכט קען שעדיגן אדער הרגענן צעלן. ווען א מענטש באקומט צופיל אולטראוויאלעטע שטראלונג, למשל פון דער זון, ווערט זיין הויט פארברענט. אויך איז מע ...

אולטראשאל

מעדיצינישער אַלטראַסאַונד אדער סאָנאָגראַם איז א טעכניק וואס מען נוצט פאר טעסט, אריינצוקוקען אינעם קערפער פון א פאציענט אדער טראגעדיגע פרוי, ווי דורך די קלאנגען פונעם מאשין, וואס קלאפט צוריק און ברענגט רעזולטאט, זעט מען וויאזוי די אינעווייניגע פראצעדור אנטוויקעלט זיך, און צו עס איז פארהאנען א אויסערארדענטליך געשעעניש. די שטייגער וויאזוי מען האנדעלט דאס, איז מיטן שמירן א ספעציעלע דזשעלי אויפן קערפער, און דאס העלפט בעסער אז די ווידערשטימע פונעם מאשין צום גליד - וואס מוויל בודק זיין, זאל געבן גוטע און קלארע רעזולטאטן, טראץ וואס די פליסיגקייט ווי וואסער צו בלוט אדער ליידיגע חלקים קענען אמאל שט ...

אומארגאנישע כעמיע

אומארגאַנישע כעמיע איז די שטודיע פון כעמישע פארבינדונגען וואס זענען נישט ארגאניש. דאס פעלד נעמט איין אלע פארבינדונגען וואס אנטהאלטן נישט קוילנשטאף און אויך אלע וואס ווערן נישט שטודירט אין ארגאנישער כעמיע. די הויפט טעמעס פון אומארגאנישער כעמיע זענען די שטודיע פון קריסטאלן און געפלעכטן.

איבערגאנג מעטאל

די איבערגאנג מעטאלן זענען די גרופע פון מעטאלן אין דעם מיטלן בלאק פון דער פעריאדישער טאבעלע, וואס האבן ענלעכע אייגנקייטן. זיי זענען הארטער פון אנדערע מעטאלן, זיי האבן א הויכן שמעלצפונקט, און זייערע כעמישע פארבינדונגען זענן קאלירדיק. טייל פון די איבערגאנג מעטאלן, ווי אייזן, צינק און כראם זענען וויכטיק פארן געזונט פון מענטשן. אנדערע איבערגאנג מעטאלן, ווי קאדמיום און קוועקזילבער זענען גיפטיק. בדרך כלל, ווערן די ד-ארביטאל-עלעקטראנען ענגליש: "d-orbital-electrons", דייטש: "d-Orbitalelektronen" געניצט כדי צו שאפן פארבינדונגען מיט אנדערע אטאמען. די איבערגאנג מעטאלן זענען די גרעסטע גרופע פון כעמישע ...

אייזן

אײַזן איז א כעמישער עלעמענט מיטן סימבאל Fe און אטאמישן נומער 26. עס איז אן איבערגאנג מעטאל. אייַזן איז די מערסטער באניצטער מעטאַל. דער אקסידאציעצושטאנד ענגליש: "oxidation state", דײַטש: "Oxidationszustand" פון אייזן קען זיין פארשידן. דאס הייסט אז אן אייזן אטאם קען פארלירן אדער באקומען פארשידענע צאלן פון עלעקטראנען. אין אייזןII-סולפאט ענגליש: "ironII-sulphate"/"ironII-sulfate", דײַטש: "EisenII-sulfat" אפט אלס "FeSO 4 געשריבן) צום ביישפיל איז דער אקסידאציעצושטאנד +2 וואס גיט דעם פרעפאראט א גרינע פארב. דאס הייסט אז דאס אייזן אטאם האט פארלארן צוויי עלעקטראנען, וואס זענען דעלאקאליזירט ענגליש: " ...

                                     

אנטארעס

אַנטאַרעס איז א רויטער סופערריז שטערן אין דע ר מילכיגער וועג גאלאקסיע און דער 16טער העלסטער שטערן אין דעם נאכט הימל. מיט אלדעבארא, ספיקא, און רעגולוס איז ער איינער פון די פיר העלסטע שטערן נאנט צום עקליפטיק.

                                     

אסטראסטאטיסטיק

אַסטראסטאַטיסיק איז א דיסציפלין וואס דעקט אסטראפיזיק, סטאטיסטישן אנאליז און דאטן מינעריי. מען ניצט אים צו פראצעסירן די ריזיגע קוואנטיטעט פון דאטן וועגן דעם קאסמאס.

                                     

דענדראכראנאלאגיע

דענדראכראנאלאגיע איז צוזאמענגעשטעלט פון דריי גריכישע ווערטער: δένδρον דענדראן, בוים; χρόνος כראנאס, צייט; און -λογία לאגיאַ. די וויסנשאפטלער קענען אויך וויסן דורך די ברייטקייט און ליכטיגקייט פון די רינגען, וואספארא וועטער עס איז געווען הונדערטער יארן צוריק.

                                     

טעכנעטיום

טעכנעטיום איז אַ כעמישער עלעמענט מיטן כעמישן סימבאָל Tc און אַטאם נומער 43. טעכנעטיום איז א זילבערן־גראער איבערבייט מעטאל, און איז דער לייכסטער עלעמענט וואס אלע זיינע איזאטאפן זענען ראדיאאקטיוו; קיין איינער פון זיי איז נישט סטאביל. טעכנעטיום ווערט געניצט אין נוקלעארן מעדיצין.

                                     

לעבנווירקונג

לעבנווירקונג אדער נעבנווירקונג איז א טערמין אין מעדיצין פאר א ווירקונג פון א מעדיקאמענט אדער אן אפעראציע וואס איז נישט געוואונטשן און קען זיין שעדלעך. למשל א לעבנווירקונג קען אז א מענטש נעמט צו געוויכט צוליב א מעדיקאמענט וואס ער דארף נעמען. אדער ער קען ווערן שלעפעריק דערפון אדער באקומען קאפ-שווינדל. אויך פון אספירין קען מען בלוטיגן. היינטיקע צייטן, ווען מען קויפט א מעדיקאמענט, וועט זיין געשריבן דארטן וואס זענען די לעבנווירקונגען.

                                     

ניאביום

ניאביום, פריער קאלומביום, איז אַ כעמישער עלעמענט מיטן כעמישן סימבאָל Nb און אַטאם נומער 41. ניאביום איז א ווייכער, גראער איבערבייט מעטאל. מען טרעפט אפט אין דעם פיראכלאר מינעראל. דער הויפט קוואל פון ניאביום איז דער מינעראל פיראכלאר, אויך טרעפט מען ניאביום אין קאלומביט.

                                     

ספרונזשינע

א ספרונזשינע איז אן עלאסטישער אביעקט וואס שפייכלט איין מעכאנישע ענערגיע, און איז געמאכט געוויינטלעך פון פארהארטעוועט שטאל. ספרונזשינעס האבן א ברייטן באניץ אין אינזשעניריע בפרט פאר אויטאמאבילן.

                                     

קאוואלענטער בונד

א קאוואלענטער בונד איז א בונד צווישן צוויי אטאמען ווו ביידע אטאמען טיילן איין עלעקטראן איינער דעם צווייטן. דא איז געוווינלעך ווייניק אדער נישט קיין פאלאריזירונג פון די עלעקטראנען אין דעם בונד. דאס הייסט אז די עלעקטראנען זענען בערך אין דעם מיטל צווישן די צוויי אטאמען.

                                     

קעפלער-452b

קעפלער-452b איז אן עקסטראסאלישער פלאנעט וואס ארביטירט ארום דעם שטערן קעפלער-452. ער איז געווארן אידענטיפיצירט דורכן קעפלער קאסמאס טעלעסקאפ. זיין אופדעקונג איז געווען געמאלדן דורך NASA דעם 23סטן יולי 2015.