ⓘ וויסנשאפט שטומף ..

אימפעט

אין מעכאניק איז מאָמענטום א וועקטאר קוואנטיטעט, דער פּראָדוקט פון דער מאַסע און גיכקייַט פון אַן אביעקט: p = m v, {\displaystyle \mathbf {p} =m\mathbf {v} \,} וואו p איז דער מאמענטום, m איז די מאסע און v איז די גיכקייט מאָמענטום מעסט די "שטארקייט" פון דער באוועגונג פון אַן אביעקט. מאמענטום איז א קאנסערווירטער קוואנטיטעט.

אינפרארויט

אינפֿראַרויט ליכט איז עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג מיט א כוואליע-לענג לענגער ווי ליכט וואס מענטשן קענען זען אבער קירצער פון מיקראכוואליעס, צווישן 740 נאנאמעטער און 1 מילימעטער. מען קען נישט זען די שטראלונג אבער מען קען זי שפירן ווי היץ. רוב היץ שטראלונג וואס זאכן לאזן ארויס ביי נארמאלע טעמפעראטורן איז אינפרארויט. א פייער לאזט ארויס מער אינפרארויטע שטראלונג ווי זעבארע שטראלונג. דער אסטראנאם וויליאם הערשעל האט אנטפלעקט אינפרארויט שטראלונג אין 1800. מען ניצט אינפרארויט ליכט אין אינדוסטריעלע, מעדיצינישע און וויסנשאפטלעכע אנווענדונגען.

אירידיום

אירידיום איז אַ כעמישער עלעמענט פון דער איבערגאַנג מעטאַלן משפּחה, מיטן כעמישן סימבאָל Ir און אטאם נומער 77. אירידיום איז איינער פון די זעקס מעטאלן אין דער פלאטין גרופע.

אלקאהאל

דער ארטיקל דיסקוטירט די כעמישע פארבינדונג. טאמער זוכט איר דעם געטראנק, זעט אלקאהאלישע געטראנקען. אין כעמיע, איז אן אלקאהאל וואסערע ארגאנישע פארבינדונג אין וואס אן הידראקסיל גרופע איז פֿארבונדן צו א קארבאן אטאם פון אן אלקיל אדער א במקום־אלקיל גרופע וואס איז אפט געשריבן אלס "-R". די אלגעמיינע פֿארמל פאר אן איינפאכן נישט־ציקלישן אלקאהאל איז C n H 2n+1 OH. נארמאלעווייז, באדייט דאס ווארט אלקאהאל עטאנאל, דער טיפ אלקאהאל וואס געפינט זיך אין אלקאהאלישע געטראנקען. מען קען רעאגירן אן אלקאהאל מיט א קארבאנזייערס ענגליש: "carboxylic acid", דײַטש: "Carbonsäure/Karbonsäure" כדי צו שאפן אן עסטער ענגליש: " ...

אלקאלי מעטאל

אַלקאַלי מעטאַלן זענען די כעמישע עלעמענטן אין גרופע 1 פון דער פעריאדישער טאבעלע. זיי זענען ווייך און, ווען ריין, האבן זיי א זילבערנעם קאליר. אין דער לופט ווערן זיי שווארץ. זיי האבן איין עלעקטראן אין דער דרויסנדיקער שאָל, און קענען אוועקגעבן דעם עלעקטראן גאנץ גרינג אין א רעאקציע, וואס גיט זיי א לאדונג פון 1+. זיי רעאגירן שטארקן מיט וואסער, דערפאר טוט מען זיי שפייכלערן אין פאראפין אייל קעראסין, וואס אנטהאלט נישט קיין וואסער. אזוי ווי זיי רעאגירן שטארק קען מען נישט געפינען די עלעמענטן נאטורלעך נאר ווען זיי זענען פארבונדן מיט אנדערע עלעמענטן. זיי פארבינדן זיך גוט מיט אלע עלעמענטן אויסער די איי ...

אלקאלי ערד מעטאל

אַלקאַלי ערד מעטאַלן זענען די כעמישע עלעמענטן אין גרופע 2 פון דער פעריאדישער טאבעלע. זיי זענען גלאנציק מיט א ווייס־זילבערנעם קאליר. זיי האבן צוויי עלעקטראנען אין דער דרויסנדיקער שאָל, און קענען אוועקגעבן די צוויי עלעקטראנען גאנץ גרינג אין א רעאקציע, וואס גיט זיי א לאדונג פון 2+. זיי רעאגירן נישט אזוי שטארק ווי די אלקאלי מעטאלן. די עלעמענטן געפינען זיך אלע נאטירלעך. די אלקאלי־ערד מעטאלן זענען: מאגנעזיום Mg סטראנטיום Sr בעריליום Be ראדיום Ra באריום Ba קאלציום Ca

אנאליטישע כעמיע

אַנאַליטישע כעמיע איז דער צווייג פון כעמיע וואס שטודירט די אידענטיפיקאציע פון די כעמישע קאמפאנענטן פון נאטירלעכע און קינסטלעכע מאטריאלן און זייער כעמישע פארמעל. קוואליטאטיווער אנאליז זאגט וועלכע כעמישע סובסטאנצן געפינען זיך אין א מוסטער, און קוואנטיטאווער אנאליז זאגט וויפיל פון יעדער סובסטאנץ. א ביישפיל פון קוואליטאטיוון אנאליז איז די זויער פראבע פאר גאלד. מען לייגט א טראפ שטארקן זויער אויף דעם מעטאל. אויב עס גייען קליינע בלעזלעך, איז דער מעטאל נישט גאלד. נאך א ביישפיל איז קוקן מיט א מיקראסקאפ צו זוכן געוויסע באשטאנדטיילן.

אפטיק

אפטיק איז די וויסנשאפט פון ליכט. זי גיט צו פארשטיין וויאזוי ליכט ווערט אפגעשפיגלט אדער ווערט געבראכן דורך א גלאז אדער וואסער, און וויאזוי ליכט ווערט צעשפאלטן דורך א פריזמע, און וואס שאפט א רעגן־בויגן. אחוץ זעבארע ליכט אין דעם ספעקטער פון רויט, אראנזש, געל, גרין, בלוי און וויאלעט, טוט אפטיק אויך באהאנדלען אינפרארויט און אולטראוויאלעט ליכט. אפטיק שטודירט אויך וויאזוי סארבעט דער מענטשלעכן אויג, און לינדזן, מיט וואס מען מאכט ברילן, קאמערעס, טעלעסקאפן און מיקראסקאפן.

ארגאנישע כעמיע

ארגאַנישע כעמיע איז די שטודיע פון כעמישע פארבינדונגען וואס אנטהאלטן קוילנשטאף. קוילנשטאף האט די מעגלעכקייט צו שאפן א כעמישן בונד מיט אן אויסקלייב פון כעמישע עלעמענטן און מיט אנדערע קוילנשטאף אטאמען. אזוי זענען מעגלעך אן א שיעור פארבינדונגען. מען רופט די שטודיע פון קוילנשטאף קאמפאזיטן "ארגאנישע כעמיע" ווייל כמעט אלע ארגאניזמען אדער לעבעדיגע זאכן, זענען צונויפגעשטעלט פון וואסער און קוילנשטאף פארבינדונגען. עטלעכע שטחים פון כעמיע פארברייטערן די באגריפן און פרינציפן פון ארגאנישער כעמיע, צווישן זיי ביאכעמיע, מיקראביאלאגיע און מעדיצין.