ⓘ מאלערס ..

פראנסיסקא גאיא

פראַנסיסקא חאסע דע גאיאַ אי לוסיענטעס איז געווען א שפאנישער מאלער. ער איז געבוירן געווארן אין פוענדעטאדאס לעבן סאראגאסע, און רוב פון זיין לעבן האט ער געוואוינט אין מאדריד. ביי די 13 יארן איז ער געווארן א לערניינגל ביי א מאלער וואס איז געווען זיין פאטערס א חבר. אין 1771 איז גאיא געפארן זיך פערעפקציאנירן אין רוים, איטאליע, און אין יענעם יאר איז ער צוריקגעקומען אין סאראגאסע און ער האט אנגעהויבן שאפן פרעסקאס אין א קאטעדראל. אין 1773 האט ער געהייראט יאזעפא באַיו. אין 1775 האט גאיא אנגעהויבן פלאנעווען א רייע פון וואנטגעוועבן פאר דער שפאנישע קעניגלעכער פאמיליע. אין די נעקסטע 17 יאר האט ער געשאפן ...

ראדזשער הארגריווס

טשאַרלס ראָדזשער האַרגריווס איז געווען אַן ענגלישער קינדער ביכער שרייבער און אילוסטראַטאָר וואָס ווערט בעסטנס געדענקט פֿאַר זיינע "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" סעריעס פֿאַר יונגע קינדער. די פּשוטע און הומאָריסטישע געשיכטעס מיט העלע קאָלירטע און אַקצענטירטע אילוסטראַציעס זענען געוואָרן אַ טייל פֿון פּאָפּ קולטור זינט 1971, מיט העכער 85 מיליאָן קאָפּיעס פֿאַרקויפֿט איבער די וועלט אויף 20 שפּראַכן.

ווינצענט וואן גאך

ווינצענט וואַן גאך ‏ איז געווען איינער פון די וועלטס מערסטע באקאנטסע מאלערס וואס זיינע ווערק ווערן פאררעכענט ווי די טייערסטע נאך היינט צוטאגס. ער האט געוואוינט אין האלאנד. קודם אין פריערדיקן טייל פון זיין לעבן האט ער פארברענגט אלס ארבעטער אין א קונסט האנדל פירמע, דערנאך איז ער געווען א לערער פאר א קורצער וויילע, און דערנאך איז ער געווען א מיסיאנער אין אן ארימער מינעריי געמיינדע. ער האט זיך נישט אריינגעלאזט אין מאלעריי ביז די לעצטע צעהן יאר פון זיין לעבן, ד.ה. סרוב פֿון זיינע װערק האבן זיך באװיזן אין די 1880ער יארן. בסך-הכל האט ער געשאפֿן מער ווי 2000 קינסטלערישע ווערק, אריינגערעכענט 900 גע ...

קלאד מאנע

קלאָד מאָנע איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדערס פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ. ער איז געבױרן געװאָרן דעם 14טן נאָװעמבער 1840 אין פּאַריז פֿראַנקרײַך אין דער משפּחה פֿון אַ שפּײַזקרעמער. זײַן מוטער איז געװען אַ זינגערין. אין זײַנע בילדער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פֿאַרבנרײַכע אימאַזשן פֿון דער נאַטור, דאָרפֿישע און שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן. אין 1872 האָט ער געשאַפֿן זײַן באַרימטן לאַנדשאַפֿט-בילד "אײַנדרוק: זון-אױפֿגאַנג" Impression: soleil levant. אױפֿן סמך פֿון אָט דעם טיטל, עס האָט זיך שפּעטער באַװיזן דער נאָמען פֿון דער גאַנצער אימפּרעסי ...

קאמיל פיסארא

קאַמיל פּיסאַראָ איז געװען אַ פּראָמינענטער פֿראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פֿון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פֿאָרשטײער פֿונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ. ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפֿן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פֿון דענמאַרק איצטער - בתולה-אינדזלען, פֿאַראײניקטע שטאַטן, אין דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר פֿון ספֿרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פֿראַנקרײַך. אין זײַנע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן אָפֿטמאָל מיט געשטאַלטן פֿון די פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די ...

יהודה פען

יודל פּען ‏ איז געווען א אַ רוסישער און װײַסרוסישער מאָלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, און דער מאָלערײַ-לערער פון מארק שאגאל. ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פֿון װײַסרוסלאַנד.

                                     

רשימה: מאלערס

ווינצענט וואן גאך פּאבלאָ פּיקאַסאָ קלאָד מאָנע אמעריקא, פעדרא 1843–1905, בראזיל מארק שאגאל חיים סוטין אַמעדעאָ מאָדיליאַני רעמבראַנט ראַפֿאַעל לעאנארדא דא ווינטשי קאמיל פיסארא װאסילי קאנדינסקי מיקעלאַנדזשעלא

                                     

יוסף אסטראווסקי

יוסף אָסטראָװסקי - געבױרן אין 1935 אין שעפּעטיװקע, אוקראַיִנע; געשטאָרבן אין 1993 אין ירושלים. אַ באַקאַנטער סאָװעטיש-ייִדישער מאָלער. אין די 1970-1990ער יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַ גאַנצע סעריע קינסטלערישע װערק, װאָס זײערע פּערסאָנאַזשן זײַנען געװען כלזמרים, בעל-מלאכות, זקנים-חכמים און אַנדערע אײַנװױנער פֿון אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך. האָט ער אױך געשילדערט אײניקע תּנ"כישע מעשיות. זינט 1989 האָט יוסף אָסטראָװסקי געלעבט און געאַרבעט אין מדינת-ישראל. גאַלעריע:

                                     

װיליאם ברואי

װיליאַם ברואי - געבױרן דעם 31סטן מערץ 1946 אין לענינגראַד,רוסלאַנד. װיליאַם ברוי איז אַ מאָדערנער פֿראַנצױזישער קינסטלער-אַבסטראַקציאָניסט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. ער װױנט אין סאָשײ Sauchay, צפֿון-פֿראַנקרײַך. איינע פֿון זײַנע סעריעס האָט בילדער פֿונעם בית־המקדש.

                                     

ענדי ווארהאל

ווארהאל איז געבוירן געווארן אין פיטסבורג, פענסילוועניע. ער ווערט גערעכנט איינער פון די פיאנערן פון דער אמעריקאנער פאפ ארט באוועגונג. ווארהאל האט געהערט צו דער פאפ ארט באוועגונג; דער מקור פונעם נאמען איז דעם ווארט popular – פאפולער. די באוועגונג באשעפטיקט זיך מיט דעם בונד צווישן קונסט און פאפולערן קולטור. ווארהאל האט אין אנהייב געניצט אויל פארבן צו מאלען רעקלאמעס.

                                     

יצחק לעװיטאן

יצחק לעװיטאַן איז געװען אַ פּראָמינענטער רוסישער קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, װעלכער האָט אַנטװיקלט דעם נוסח פֿון "שטימונגס-לאַנדשאַפֿט" אין דער רוסישער קלאַסישער מאָלערײַ. לעוויטאן איז געבוירן געווארן דעם 30סטן אױגוסט 1860 אינעם שטעטל קיבאַרט, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע איצטער קיבאַרטאַי אין דער רעפובליק ליטע.

                                     

אמעדעא מאדיליאני

אַמעדעאָ מאָדיליאַני, געבױרן דעם 12טן יולי 1884 אין ליװאָרנאָ ; געשטאָרבן דעם 24סטן יאַנואַר 1920 אין פּאַריז. אַמעדעאָ מאָדיליאַני איז געװען אַן איטאַליענישער מאָלער און סקולפּטאָר פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אײנער פֿון די באַקאַנטסטע אַװאַנגאַרדישע קינסטלערס פֿונעם סוף 19סטן - אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט. אַן אָנגעזעענער פֿאָרשטײער פֿונעם עקספּרעסיאָניסטישן נוסח, ער האָט געהערט צו דער קינסטלערישער סביבה פֿון דער אַזױ גערופֿענער "פּאַריזער שולע" lĖcole de Paris.

                                     

חיים סוטין

חײם סוטין, געבױרן אינעם שטעטל סמילאָװיטש, מינסקער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע, דעם 13טן יאַנואַר 1893; געשטאָרבן אין פּאַריז דעם 9טן אױגוסט 1943. ער איז געװען אַ פֿראַנצױזישער מאָלער פֿון װײַסרוסיש-ייִדישן אָפּשטאַם, אַ פּראָמינענטער פֿאָרשטײער פֿונעם עקספּרעסיאָניסטישן נוסח אין אײראָפּעיִשער קונסט פֿון דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.