ⓘ יום טוב עהרליך איז געבוירן געווארן התרעה 1914 צו זיינע עלטערן ר משה מיט שרה, אין דעם שטעטל קאזנהאראדאק, רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארוס, נעבן סטאלין, ביי דער ..

                                     

ⓘ יום טוב עהרליך

יום טוב עהרליך איז געבוירן געווארן התרע"ה 1914 צו זיינע עלטערן ר משה מיט שרה, אין דעם שטעטל קאזנהאראדאק, רוסלענדישע אימפעריע היינט בעלארוס, נעבן סטאלין, ביי דער גרעניץ פון פוילן און רוסלאַנד. ער איז געווען דער זיבעטער דור צו א סטאלינער חסיד.

                                     

1. ביאגראפיע

ר יו"טס טאטע ר משה האט געהאט א געפיל צו מוזיק, און איידער ער איז רעקרוטירט געווארן צום רוסישן מיליטער האט זיין טאטע אים געבעטן צו קויפן זיך א פידל.

זיין זיידע ר יום טוב שמחה עהרליך איז געווען פון די גבאים און מקורבים פון רבי אהרן פון סטאלין, דער "בית אהרן".

ווען די דייטשן מיט די רוסן האבן איינגענומען פוילן ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער פארטריבן געווארן דורך די רוסן קיין סאמארקאנד אין אוזבעקיסטאן וואס איז דעמאלס געווען א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד, דארט האט ער א דורך געלעבט דעם צווייטן וועלט קריג, ביז ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק, ער האט געווידמעט די צוויי אלבאמען פון חבלי משיח אויף דער צייט וואס ער איז געווען אין סאמארקאנד.

אין ניו יארק האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג, און געדאוונט אין דעם סטאלינער בית המדרש. אלס פרנסה איז ער געווען א מוזיקאנט און געזונגען און געשפילט אויף חתונות וואו ער פלעגט זינגען, גראמען און שפילן אויפן פידל און אקארדיאן.

אין יאר התשמ"ח איז ער אריבער וואוינען קיין ארץ ישראל כדי צו זיין נאענט צו זיינע קינדער און אייניקלאך וועלכע וואוינען דארט.

ער איז נפטר געווארן כ"ז תמוז תש"ן פון א הארץ אטאקע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.

זיין ווייב חנה רבקה איז נפטר געווארן דעם 3טן מיי 2014 מוצאי שבת ד אייר.‏

                                     

2. זיין כח אין נגינה

ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער געשיקט זיינע קינדער אין שולע, די קינדער זענען אהיים געקומען און געזונגען ניגונים אויף דער ענגלישער שפראך, און ער זייענדיג א אידישער מענטש האט דאס איהם זייער געארט, דעמאלטס האט ער מחליט געווען ארויסצוקומען אויף דער אידישער גאס מיט קאסעטעס פון אידישע ניגונים ווערנדיג דער ערשטער חרדישער יוד אין אמעריקע ארויסצוגעבן מוזיק אלבאמען.

די ערשטע טעיפס זענען טאקע געווען פאר קליינע קינדער, אבער דערנאך האט ער געמאכט ניגונים פאר ערוואקסענע מענטשן אויך.

ער איז געווען א זינגער און געמאכט ניגונים מיט א געוואלדיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח אין אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין דער אידישער גאס, יעדער ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טעיפס ברענגט ער ארויס דעם אינעווייניגסטן כח הנפש אויף דעם אויבערפלאך.

זיינע ניגונים זענען אייגענארטיג מיט יראת שמים, עס איז פיל מיט חיזוק און אמונה אין גאט, און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערער חוש פון הומאר, און װערטלעך, א סך פילן אז זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט לאנגווייליג, נאר מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, און אז זיינע טעיפס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.

אסאך זינגערס האבן נאכגעזוגנען זיינע ניגונים אין זייערע טעיפס, ווי מרדכי בן דוד, אברהם פריד - אין זיין אלבאם גערופן אידישע אוצרות, און זושא שמעלצער. לעצטנס איז דער חסידישער זינגער ר ירמיה דאמען ארויסגעקומען מיט אן אלבאם ערליכע ניגונים, וואו ער זינגט איבער פון ר יו"טס מייסטער-ווערק מיט אייגענע שינויים צוגעפאסט צו דער היינטיגער חרדישער גאס.

דער זינגער אברהם פריד האט געזאגט אז ער איז אויפגעוואקסן אויף יום טוב עהרליכס ניגונים.

עס ברויך באצייכנט ווערן אז נישט אלע לידער האט ער אליין פארפאסט, א גרויסע טייל דערפון זענען אלגעמיינע פאלקס לידער אויף וואס ער האט ארויפגעלייגט די ווערטער.

                                     

3. זיינע השקפות

ער איז געווען א פייערדיגער שונא פון קאמוניזם. ביי אלע געלעגנהייטן ווי ער קען נאר, גיסט ער פעך און שוועבל קעגן די קאמוניסטן און קאמוניזם. זעט אויס קודם צוליב דעם וואס ער זעלבסט האט מיטגעמאכט אין סאמארקאנד ביי די מלחמה יאהרן, און אויך וויבאלד ער איז געווען א סטאלינער חסיד, און האט געוואוסט וואס די קאמוניסטן האבן געטאהן פאר פרומע אידן.

אזוי ווי א חסידישער איד פון פארצייטנס, האט ער אין זיינע טעיפס ממש ערקלערט קריג קעגן די היינטיגע טעכניק און דער מערב וועלט, ער איז אויך געווען א גרויסער אנטי ציוניסט, און ביי יעדער געלעגענהייט זאגט ער אין זיינע טעיפס אז מדינת ישראל און די תורה זענען צוויי באזונדערע וועלטן. אבער מיט זיין געוואלדיגער חוש ברעגנט ער עס ארויס מיט א זעלטענעם הערליכן געשמאק, און מיט זיסע ווערטלעך.

ר יום טוב איז אוועק פון דער וועלט פרייטאג פרשת מטות-מסעי, ז"ך תמוז אין יאר תש"ן July 19, 1989) פון א הארצאטאק.

                                     

4. זיינע קאסעטעס

ר יום טוב האט ארויס געגעבן 36 הערליכע קאַסעטעס. א פּאָר פון זיי זענען איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש נאך ר יום טובס פטירה. אויך ביי זיין לעבן האט ער געבעטן פון זיין זון ארויסצוגעבן א קאסעטע איבערגעזעצט אויף העברעאיש מיטן נאמען "הלו זאת ירושלים".

היינט צו טאג געהערט די רעכט פון דרוקן און פארשפרייטן די אלע סידיס צו קרן שמואל ישעיה.

יום טוב ערליך האט ארויס געגעבן די 36 אלבאמען אונטערן נאמען יידיש נחת.

אין יאר 1982 האט מרדכי בן דוד איבערגעמאכט עטליכע לידער פון יום טוב עהרליך אין זיין אלבאם "איך האב געווארט".

אין יאר 1992 האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם ערשטן חלק פון די אלבאמס "יידישע אוצרות" אויף יידיש, און "אוצרות יהודים" אויף העברעיש, וועלכע ענטהאלטן איבערגעמאכטע לידער פון יום-טוב עהרליך. אין יאר 1994 האט אברהם פריד ארויסגעגעבן דעם צווייטן חלק פון די אלבאמס.

אין יאר 2014 האט ירמיה דאמען ערשינען דעם אלבאם ערליכע ניגונים מיט איבערגעמאכטע לידער פון יום טובן.

                                     
  • דער בעל שם טוב נומער 2 איז די 27סטע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער יום טוב עהרליך אין דער סעריע יידיש נחת. די ניגונים פון ר יום טוב עהרליך זענען מיט א
  • פון די 36 אלבאמען, געשאפן ביי יום טוב עהרליך אינעם יאר אין די צוויי אלבאמען פון סאטמארער רבי ן, האט זיך ר יום טוב עהרליך באנוצט מיט באקאנטע סאטמארער
  • די 36 טייפ פון פון דעם באקאנטער זינגער יום טוב עהרליך אין די סעריע יידיש נחת. די ניגונים פון ר יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד דיגן געשמאק, ער האט
  • דער בעל שם טוב נומער 1 איז די 26סטע קאסעטע פון דעם באקאנטן זינגער יום טוב עהרליך אין דער סעריע יידיש נחת. די ניגונים פון יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד דיגן
  • די 2טע קאסעטע פון דעם באקאנטער זינגער יום טוב עהרליך אין די סעריע יידיש נחת. די ניגונים פון ר יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד דיגן געשמאק, ער האט
  • לוקסוס חלק 2 איז די 8טע קאסעטע יידיש נחת 8 פון די 36 קאסעטעס פון ר יום טוב עהרליך פאלגנדיק איז די ליסט לידער פונעם טעיפ: פורניטשער - זיך מישן - א האל
  • רבין איז דער 25סטע אלבאם יידיש נחת 25 פון די 36 אלבאמען געשאפן ביי יום טוב עהרליך פאלגנדיק איז די ליסט לידער פונעם אלבאם: ערב שבת בין השמשות קבלת שבת
  • עטליכע ניגונים פון יום טוב עהרליך דערינטער אויך דער ניגון, אבער ער איז נישט ארגינאל ער זאגט נישט נאך יעדעס ווארט פון יום טוב עהרליך ווי למשל ביי דעם ליד
  • געשאפן דורך יום טוב עהרליך אינעם יאר ה תשל ח. די צוויי אלבאמען אויף יציאת מצרים איז איינע פון הערליכסטע אויפטואונגען פון דעם זינגער יום טוב עהרליך ער זינגט