ⓘ גריכנלאנד, אפיציעל די העלענישע רעפובליק, איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובל ..

                                     

ⓘ גריכנלאנד

גריכנלאנד, אפיציעל די העלענישע רעפובליק, איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. סאיז אויך דא אינזלען אן א שיעור.

גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײַט 1981, און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001, נאט"א זײַט 1952, די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961, און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.

                                     

1. פאליטיק

גריכנלאנד איז א פארלאמענטארישע רעפובליק. דער ראש מלוכה, וואס ווערט גערופן פרעזידענט, ווערט געוויילט דורכן פארלאמענט פאר א קאדענץ פון פינף יאר. די היינטיקע קאנסטיטוציע האט מען אדאפטירט אין 1975. דער פארלאמענט האט איין קאמער מיט 300 דעפוטאטן.

אדמיניסטראציע

זייטן 1טן יאנואר 2011 איז גריכנלאנד צעטיילט אין 13 ראיאנען.

                                     

2. טראנספארט

דער מעטראפאליטאנער שטח פון דער הויפטשטאט אטען האט א נייעם אינטערנאציאנאלן פליפארט געעפנט 2001, א נייעם פארשטאטישן אויטאסטראד "אַטיקי אדאס" געעפנט 2001, און א פארברייטערטע מעטרא סיסטעם זײַט 2000.

די מערהייט פון די גריכישע אינזלען און א סאך שטעט זענען פארבינדן דורך לופט טראנספארט, בעיקר מיט די צוויי הויפט פלי געזעלשאפטן פון גריכנלאנד, אלימפיק און אגאישע לופט.

אינטערנאציאנאלע באן ליניעס פארבינדן גריכישע שטעט מיט אייראפע, די באלקאנען און טערקיי.

                                     

3. עקאנאמיע

דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון גריכנלאנד וואקסט גיך. א הויפט דינער פון אויסלענדישע וואלוטער, ביז 15%, איז די טוריזם אינדוסטריע, וואס באארבעט 16.5% פון דעם גאנצן ארבעטקראפט.

אינגאנצן האט גריכנלאנד 4.9 מיליאן ארבעטער. די גריכן ארבעטן א דורכשניט פון 1.811 שעהן א יאר.