ⓘ וויסנשאפט מוזיי. דער וויסנשאפט מוזיי אין דער אויסשטעלונג גאס, דרום קענזינגטאן, אין לאנדאן, ענגלאנד, איז א טייל פון דער נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוס ..

                                     

ⓘ וויסנשאפט מוזיי

דער וויסנשאפט מוזיי אין דער אויסשטעלונג גאס, דרום קענזינגטאן, אין לאנדאן, ענגלאנד, איז א טייל פון דער נאציאנאלער מוזיי פאר וויסנשאפט און אינדוסטריע. דער מוזיי איז פון די הויפט טוריסטן אטראקציעס אין לאנדאן.

                                     

1. אנפאנג

דער מוזיי איז געגרינדעט אין יאר 1857 דורך בענעט וואודקראפט פון דער זאמלונג פון דער קעניגלעכער חברה פון קונסט און פון איבעריגע זאכן פון דער גרויסער אויסשטעלונג. דער מוזיי איז געווען ארגינעל א טייל פון דעם דרום קענזינגטאן מוזיי. אין 1893 האט מען ממנה געווען א באזונדערן דירעקטאר פון די וויסנשאפט זאמלונגעאן. אין 1899 האט די מלכה וויקטאריע, בשעתן לייגן די אבן הפינה פון די נייע בנינים פון דעם מוזיי, געהייסן ענדערן דעם נאמען פון דעם מוזיי אויף וויקטאריע און אלבערט מוזיי. אין 1909 האט מען אפיציעל צעטיילט די וויסנשאפט זאמלונגען מיטן נאמען וויסנשאפט מוזיי.

                                     

2. זאמלונגען

דער מוזיי האלט א זאַמלונג פון מער ווי 300.00 איינסן, כולל באַוואוסטע איינסן ווי סטעפענסאןס ראקעט, פאפינג בילי, דער ערשטער דזשעט מאטאר, דאס ווידערמאכן פון DNA דורך פראנסיס קריק און זשיימס וואטסאן, פֿריאיקע דאמפֿמאטארן, א פֿונקציאנירנדיקע דוגמא פון דעם דיפערענץ מאטאר פון טשארלס באבעדזש. דער מוזיי האט אויך הונדערטע אינטעראקטיווע אויסשטעלן. דאס אריינגיין אין דעם מוזיי איז בחינם זייט דעם ערשטן דעצעמבער 2001.

                                     
  • 9962722 דער ישראל נאציאנאלער מוזיי פון וויסנשאפט טעכנאלאגיע און קאסמאס, מרכז דניאל ומטילדה רקנאטי איז א וויסנשא פ ט מוזיי פלאצירט אין דעם הדר הכרמל געגנט
  • ים מוזיי ענגליש: National Maritime Museum אין גריניטש, לאנדאן, איז דער פירנדער ים מוזיי פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און אפשר דער גרעסטער ים מוזיי אין
  • נאציאנאלע מוזייען, דער וויקטאריע און אלבערט מוזיי דער נאטירלעכע היסטאריע מוזיי און דער וויסנשאפט מוזיי לאנדאן איז איינער פון די קלאסישע מוזיק און פאפולערע
  • געווען א פראפעסאר אין הארווארד אוניווערסיטעט און געארבייט אין דעם אמעריקאנער מוזיי פון נאטור היסטאריע. זיין פאפולעריטעט שטייט אין דעם אז אנדערשט ווי אלע וויסנשאפטלערס
  • נעשאנעל רעילוועי מוזיי וועלכע האט א גרויסע זאמלונג פון לאקאמאטיוון נאך פון בעפאר די 900 יארן. בריטאניע איז געווען א וועלט פירער אין וויסנשאפט און טעכנאלאגיע
  • פון די ערשטע עלעקטרישע פרידזשידערן, מיט א צילינדרישן היצבייטער אין דער הייך. היינט אין דער זאמלונג פון טינקטאנק, בירמינגהאם וויסנשאפט מוזיי
  • דער אמאליגער בנין פונעם טעכניאן אין חיפה. - היינט צוטאגס א מוזיי פאר וויסנשאפט טעכנאלאגיע און דער קאסמאס.