ⓘ אברהם אביש הורוויץ. רבי אבישל איז געבוירן אין יאר התרנז, צו זיין פאטער הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יהודה הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב ..

                                     

ⓘ אברהם אביש הורוויץ

רבי אבישל איז געבוירן אין יאר התרנ"ז, צו זיין פאטער הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יהודה הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב יעקב הורוויץ, רב אין מעליץ, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער, מרת רעכיל א טאכטער פון הרב אביש קאנער פון סאניק.

                                     

1. זיין יוגנט

שוין פון זיינע יונגע יארן האט זיך רבי אבישל אויסגעצייכנט מיט זיין שארפן קאפ, זיין פלייסיגקייט, זיין יראת שמים און זיין עניוות. ער איז געווען א געדאלדיגער מענטש און א פארנעמער, אן "אוהב שלום ורודף שלום". ער איז געווען באהאפטן צו די גמרא, א געוואלדיגער פרומער, זיין דאווענען און לערנען איז געווען שטענדיג מיט א ברען. ער האט געהאט היתר הוראה פון הרב שמואל ענגיל, דער ראדאמישלער רב און פון הרב מאיר יחיאל הלוי האלשטאק, דער אסטראווצער רב.

                                     

2.1. רבנות קראלי רבנות

אין יאר התרצ"ד ווען דער דאמאלסדיגער קראלי רב - הרב יואל טייטלבוים - איז געווארן רב אין סאטמאר, האט קאנדידירט פאר דעם קראלי רבנות, הרב שמואל גראס, ער האט געהאט די שטיצע פון דעם פריערדיגען רבס אנהענגער, מערסטענסטייל סיגוטער חסידים. דערגעגען האט קאנדידירט רבי אבישל, וואס ער האט געהאט די שטיצע פון זיין שווערס אנהענגער, מערסטענסטייל ספינקער חסידים. ווען רבי אבישל האט געווינען ביי די וואלן, האבן זיינע קעגנערס נישט געוואלט אקסעפטירן די רעזולטאטן.

דער אויסרייד אויף וואס רבי אבישלס קעגנערס האבן זיך פארריפען איז געווען א פאראגראף אין די שטאטוטין פון די געמיינדע איינגעפירט דורך א פריערדיגען רב אין קראלי רבי שאול בראך, אז די וואס פירן זיך נישט הונדערט פראצענט לויט די שטאטוטין פון די געמיינדע זענען נישט בארעכטיגט צו וועהלן פאר א נייעם רב. אנווייזנדיג אויף דעם פאראגראף האבן רבי אבישלס קעגנערס געאורטיילט אז ווארשיינליך זענען א מערהייט פון די מענטשן וואס האבן געוועלט רבי אבישל נישט געווען בארעכטיגט צו וועהלן, און ווארשיינליך זענען א מערהייט פון די מענטשן וואס האבן יא געוועלט קעגען רבי אבישל יא געווען בארעכטיגט צו וועהלן.

רבי אבישל האט געהאט גרויס עגמת נפש פון דעם קריגעריי, ספעציעל פון די נאכפאלגן וואס זיינע קעגנערס האבן אויסגעאיבט אויף אים, ער האט געוואלט אוועק פון דארט, נאר זיינע אנהענגער האבן אים נישט צוגעלאזט. אין יאר התרצ"ה איז געדריקט געווארן א שארפען קונטרס "ברוך מתיר אסורים" ארויסגעגעבען דורך דער ארטאדאקסישער קראלי געמיינדע ווי זיי באשרייבן דעם גאנצן פייער און האבן דארט אפגעדריקט די בריוון פון די רבנים וואס האבן געהאלטן מיט רבי אבישל און מיט שארפע אויסדריקען פארדאמט זיינע קעגנערס. צווישן זיי איז, זיין שווער דער חקל יצחק, רבי שמעון סופר פון ערלוי, דער לבושי מרדכי, דער מונקאטשער רב מנחת אלעזר, דער איהעלער רב ר דוד דוב מייזליש בעמח"ס בנין דוד, און נאך א גאנצע ליסטע.

רבי אבישל האט אויפגעשטעלט די ישיבה "בית אברהם" אין קראלי, ווי ער האט פארגעלערנט שיעורים פאר אומגעפער הונדערט בחורים.

                                     

3. פאמיליע

רבי אבישל האט געהייראט מרת הינדא שיינדל הי"ד, די איינציגע טאכטער פון הרב יצחק אייזיק ווייס, רב אין ספינקא. זייערע קינדער:

  • מרת פערל כ"ו אייר תרע"ח - כ"ג אב תשע"ב,‏ די ווייב פון הרב יעקב יוסף ווייס, דער ספינקער רבי פון ארץ ישראל
  • הרב נפתלי הורוויץ, הי"ד.
  • הרב שמואל צבי הירש הורוויץ -כ"ז אב התשנ"ז, דער ספינקער רבי פון וויליאמסבורג, ניו יארק, באקאנט אלס רבי הערשעלע ספינקער.
  • הרב יוסף מאיר הורוויץ, הי"ד.