ⓘ יידיש-שפראך שרייבער ..

יוסף פרץ ביללער

יוסף פרץ ביללער איז א ייד פון מאנסי וואס שרייבט אויף נאטור און וויסנשאפלעכע פארשונגען. ער איז דער רעדאקטאר פון דבר בעטו, א חודשליכע אויסגאבע פאר קינדער.

הינדא בערגנער

זי איז געבוירען געװאָרען הינדא ראזנבלאט 1870 אין שטעטל רעדים אין גאַליציע, הײַנטיקע צײַטן אין דרום־מיזרח עק פֿון פּוילן. איר משפּחה איז געװען טראַדיציאָנעל און מע האָט איר האָדעװעט חסידיש.

הינדע דעמבאלעצקי

הינדא דעמבאָלעצקי איז געװען אַ יידישער מחבר. זי איז געבוירן אין שטעטל שלעשין, הײַנטיקע פּוילן, אָבער האָט עמיגרירט אין יאָר 1936 קײן אַרגענטינע. דאָרט האָט זי געװױנט ביז 1959, ווען זי ארויף אין ישראל. זי האָט שוין אין אַרגענטינע געשריבן עטלעכע דערצײלונגען פֿאַר פֿאַרשיידענע צײַטשריפֿטן. בשעת אין ישׂראל האָט זי עטלעכע ראָמאַנען פּובליקירט און אויך אַ פּאָר שפּילן פֿאַר דעם טעאַטר. אין איר ערשטן ראָמאַן, ״דער װעג צו זיך״, האָט זי געשריבן װעגן אַ פֿרוי מיט כּמעט דער זעלבער נסיעה װאָס דעמבאָלעצקי זיך אַלײן האָט געטאָן. ‎

יואל אשר לאבין

הרב יואל אשר לעווין איז א חרדישער שריפטשטעלער. זיינע לייט-ארטיקלן טוען דערשיינען וועכנטלעך אין די פראנט-בלעטער פון עטלעכע זשורנאלן, איבערהויפט זיין קוזינס זשורנאל ״צייטשריפט״, ווי אויך אין דער שטערן און שפעטער אין מאמענט מאגאזין. ער איז א זון פון הרב משה לאבין, דער וויליאמסבורגער חרדים רב, און אן אייניקל פון דעם זידיטשובער רבין זצ"ל. זיין שרייבן איז ארגינעל, און אנדערש ווי שרייבער פאר אים האבן אלס געשריבן. ער האט נישט מורא ארויסצוברענגען אייגענארטיגע געדאנקען אנדערש ווי אנדערע אנגענומענע זאכן אין די צייטונגען. טיילמאל שרייבט ער שארף און נוצט אויך הומאר, מען זעהט אויך בקיאות אין תורהדיגע מק ...

מנחם מנדל

מנחם מענדל איז דער פען נאמען פון מנחם מענדל משי זהב, א יידיש־שפראך שרייבער פונעם היינטיגן טאג. מנחם מענדל איז אן איידעם ביי ר יוסף שיינבערגער און זיין עיקר ציל איז געווען צו מאכן אז די פרומע אידן זאלן נישט מוזן ליינען די געדאנקען פון די פרייע אידישיסטן. ער האט געשריבן הונדערטער מעשה ביכלעך פון סיפורי צדיקים און היסטאריע, זיין אידיש איז פליסיג און ער איז פון די בעסטע פרומע אידיש־שפראך שרייבער וואס אידן פארמאגן אין היינטיגער צייט. אסאך פון זיינע ביכער זענען איבערגעשריבן פון גרויסע שרייבער ווי מארקוס לעהמאן. די ביכער זענען ארגינעל געשריבן געווארן פון שרייבער אין אידיש - דייטש אדער אויף די אמא ...

הערש דוד נאמבערג

הערש דוד נאָמבערג איז געווען אַ ײדיש־העברעאישער שריפֿטשטעלער, יידישיסט און פּובליציסט, דעפּוטאַט פֿון פּױלישן פּאַרלאַמענט, גרינדער פֿון דער יידישער פֿאָלקיסטישער פּאַרטײ, אָנהענגער פֿון ײדיש אַלס נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ײדישן פֿאָלק. ער האט דערשינען זײנע געזאַמלטע װערק. נאָמבערג איז אַ באַוואוסטער יידישיסט. אין משך פֿון דער קאָנפֿערענץ פֿאָר דער ייִדישער שפּראַך האט נאָמבערג פֿירגעלעגן צו דעקלאַרירן יידיש ווי אַ יידישע שפראַך נישט די יידישע שפראַך, נישט זשארגאן. די אונטערשטע שורה האט די קאָנפֿערענץ דאס אנָגענומען. נאָמבערג איז געווען אַ פֿריינד מיט י.ל. פרץ.

פנחס גלויבער

ר פנחס גלויבער איז א חסידישער יונגערמאן, אויפגעצויגן געווארן אין בארא פארק האט ער תמיד געהאט א נעג צו וויסן און לערנען וויאזוי צו שרייבן און רעדן. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין דער בלאט וואו ער האט געשריבן א סעריע ארטיקלען איבער נפלאות הבורא והבריאה. דערנאך האט ער געגרינדעט זיין אייגענע וועכנטליכער צייטונג, "דער וואכן זשורנאל". ער איז אונטערגעגאנגען נאך א פאר חדשים. היינט שרייבט ער אין דער שטערן אין גיבט אויכט שמועסן "על רגל אחת" אויף קול מבשר.

אברהם פרידמאן

אברהם פרידמאן דער זון פון ר ליפא פרידמאן און אן איידעם ביי הרב האלבערשטאם פון לאס אנזשעלעס אן אייניקל פונעם דברי חיים פון צאנז. ער איז א פראליפֿישער שרייבער, און ער פלעגט יארן ארבעטן פאר דער איד ביז איינמאל איז אים איינגעגעסן געווארן אז ער האט נישט געטארט שרייבן צופיל פאליטיק ווייל זיי האבן געוואלט זיין א פרומע צייטונג. האט ער געעפענט זיין אייגענע צייטונג די צייטונג. ער איז נאענט מיט פאליטיקער און אזוי ארום ווייסט ער די גוטע קראנטע נייעס און פאליטיק. ער איז א שטארקער דעמאקראט, האלטנדיג אז פאר אידישקייט צו בליען דארף מען ערשט און איבער אלעם היטן אויף דער וואנט וואס טיילט צווישן רעליגיע און ...

                                     

ⓘ יידיש-שפראך שרייבער

  • ה תרי ט - שלום עליכם, יידיש שפראך שרייבער נפטר ה תרע ו ה תרצ ה - שרה שענירער, גרינדער פון בית יעקב געב ה תרמ ג ה תשס ו שנה פשוטה - רודאלף ווערבע
  • 1978 1616 - וויליאם שייקספיר, ענגלישער דראמאטורג און דיכטער געב 1564 1915 - יצחק לייבוש פרץ, יידיש שפראך שרייבער געב 1852 2טן מיי - 4טן מיי מיי
  • 22סטן יאנואר 2021 איז דער פען נאמען פון מנחם מענדל משי זהב, א יידיש שפראך שרייבער פונעם היינטיגן טאג. מנחם מענדל איז אן איידעם ביי ר יוסף שיינבערגער
  • 1694 - וואלטער, פראנצויזישער פילאסאף און שרייבער געש 1778 1902 - יצחק באשעוויס זינגער, יידיש - שפראך שרייבער נפטר 1991 1695 - הענרי פערסעל, ענגלישער
  • יונג יידיש איז א געזעלשאפט פון א גרופע מיט יונגע טעטיקערס וואס זייער ציל איז צו אנהאלטן די יידישע שפראך זאל נישט פארניכטעט ווערן. געגרינדעט אין 1993 און
  • די יידיש - װיקיפעדיע איז די וויקיפעדיע אויף דער יידישער שפראך עס איז אן עלעקטראנישע ענציקלאפעדיע וואס א יעדער יידיש רעדער אויף דער וועלט, איז ערמעגליכט
  • 1943 1906 - שמעון דזשיגאן, יידיש שפראך קאמיקער און אקטיאר נפטר 1980 1906 - מרדכי צאנין, יידיש שפראך לינגוויסט און שרייבער נפטר 2009 1908 - אברהם מאסלוי
  • ה תרי ט אדר א - שלום עליכם, יידיש שפראך שרייבער נפטר ה תרע ו ה תק ע - רבי אהרן ב ר שמשון פון אוסטראה א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד ה תקפ א - רבי יהודה
  • אפריל - שמעון דזשיגאן, יידיש שפראך קאמיקער און אקטיאר נפטר 1980 1טן אפריל - מרדכי צאנין, יידיש שפראך לינגוויסט און שרייבער נפטר 2009 28סטן אפריל
  • ווען עס זאגט אפ פון צוריקציען פון האלאנד 1852 - יצחק לייבוש פרץ, יידיש שפראך שרייבער נפ 1915 1872 - בערטראנד ראסל, בריטישער פילאסאף, געווינער פון נאבעל
  • איבערצורעדן. די שפראך גראמאטיק, אויסלייג פון שרייבן, נייע ווערטער און ווערטער פון אנדערע שפראכן. יידישע ליטעראטור און שרייבער איבערזעצן תנ ך צו יידיש די בינע
  • אינטערוויו מיט יוסף יעקא בסא ן אלע יידיש - שפראך וועבזייטלעך אידישע נייעס  יידישע וויקיפעדיע  אייוועלט  הייד פארק  תפוז יידיש דער אלגעמיינער זשורנאל  פארווערטס 
                                     

שלום אש

שלום אַש איז געווען א יידישער שרייבער. ער איז מחונך געווארן אין רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אין חדר און אין ישיבה, און אין יארן ארום האט ער ערהאלטן אויך אַן אלגעמיינע ערציאונג. אין יאר התשט"ו, נאך דער צווייטער וועלט קריג, איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין בת ים. ווען ער איז געווען 20 יאר אלט האט ער זיך באזעצט אין ווארשע און האט אנגהייבן שרייבן אויף העברעיש, אבער נאכער האט ער געשריבן נאר אויף יידיש. נאך זיין שטארבן האט דער בת ים-מוניציפאליטעט אפגעהיטן זיין הויז.

                                     

יוסף לייב יאקאב

ר יוסף לייב יאקאב איז דער רעפארטער פאר דער אידישער צייטונג דער בלאט פאר אלע ארץ ישראלדיגע נייעס און אנאליזן. אויך דינט דער לאקאלער זשורנאליסט פאר דעם העברעישן רעביס און ראשי ישיבות בילדער מאגאזין כל העולם כולו, ווי אויך איז דער קול אויף דעם ראדיא טעלעפאן נייעס האטליין קו הציבור. ער איז אויך דער גבאי פון ר משה שטערנבוך שליט"א דער ראב"ד פון די עדה החרדית אין ירושלים. ער איז אן איידעם ביי ר הערשל ראטער דער בני ברק ארוני עסקן. און דער אינגסטער זון פון דעם לעגענדארן עדה החרדית געלטשאפער נחמן יאקאב.