ⓘ באנגלאדעש. באַנגלאַדעש, אפיציעל די פֿאלקס־רעפובליק פון באנגלאדעש, איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע ארומגענומען פֿון אינדיע כמעט פֿון אלע זײַטן, אחוץ א קליינער גרענ ..

                                     

ⓘ באנגלאדעש

באַנגלאַדעש, אפיציעל די פֿאלקס־רעפובליק פון באנגלאדעש, איז א לאנד אין דרום-מזרח אזיע ארומגענומען פֿון אינדיע כמעט פֿון אלע זײַטן, אחוץ א קליינער גרענעץ מיט בורמע אין דרום-מזרח און לעבן דער בוכטע פון בענגאל צו דרום. די הויפטשטאט איז דאקא. די אפיציעלע שפראך פון בענגאל איז בענגאליש. בענגאל איז א זייער ארעם לאנד. ער איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. באנגלאדעש איז דער וועלט׳ס אכט־מערסט באפעלקערט לאנד.

די איינוואוינערס אין באנגלאדעש זענען 89.7% מוסולמענער און 2% הינדו. איסלאם איז די אפיציעלע רעליגיע פון באנגלאדעש.

די צוויי גרעסטע שטעט זענען די הויפטשטאט דאקא און טשיטאגאנג.

דער גרעסטער טייל פון באנגלאדעש איז באדעקט מיט דער בענגאל־דעלטע, די גרעסטע דעלטע אויף דער וועלט. דאס לאנד האט 700 טייכן און 8.046 ק״מ פון אינלענדישע וואסערוועגן. דאס לאנד האט א גרויסן אויסוואל פון פלאנצן און בעלי-חיים, כולל די בענגאל-טיגערס, דער נאציאנאלער בעל-חי, וואס איז אין געפאר פון אויסשטארבן.

בענגאל איז אן אנטוויקלונגס-לאנד, און איינער פון די גרעסטע טעקסטיל עקספארטירערס אין דער וועלט. זיינע הויפט האנדל־שותפים זענען דער אייראפעאישער פארבאנד, די פאראייניגטע שטאטן, כינע, אינדיע, יאפאן, מאלייזיע און סינגאפור. באנגלאנדעש איז א מיטגליד אין די פאראייניקטע פעלקער און דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.

                                     

1. עקאנאמיע

באנגלאדעש, אן אנטוויקלונגס-לאנד מיט א מארק-באזירטער געמישטער עקאנאמיע, האט די דריט־גרעסטע דרום־אזיע עקאנאמיע נאך אינדיע און פאקיסטאן און די צווייט־העכסטע פרעמדע-וואלוטע רעזערוון. דער איינקונפט פער מענטש איז געווען $1754 אין 2018 מיט א ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון $285 מיליאן. באנגלאדעשער וואס וואוינען אין אויסלאנד האבן אריינגעשיקט $15.31 ביליאן אין 2015.

במשך די ערשטע פינעף יאר פון זעלבשטענדיקייט האט באנגלאדעש אדאפטירט סאציאלישטישע פאליטיק. די שפעטערדיקע רעגירונגען האבן צוריקגעשטעלט פרייע מארקן און האבן פראמאווירט דעם לאנד׳ס פריוואטן סעקטאר. אין 1991, האט פינאנץ מיניסטער סייפֿור ראהמאן איינגעפירט א פראגראם פון עקאנאמישער ליבעראליזאציע. דער פריוואטער סעקטאר אין באנגלאדעש האט זיך גיך אויסגעברייטערט, מיט א צאל קאנגלאמעראטן וואס טרייבן די עקאנאמיע. די הויפט אינדוסטריעס שליסן איין טעקסטיל, אפטייקווארג, שיפבויעריי, שטאָל, עלעקטראניק, ענערגיע, קאנסטרוקציע מאטריאלן, כעמיקאלן, קעראמיק, עסנווארג פראצעסירן און לעדערנער גיטער. אין דעם יאר 2014-15 האבן עקספארטן פארמערט מיט 3.3% אנטקעגן דעם פריערדיגן יאר צו $30 ביליאן, אבער באנגלאדעש׳נס האנדל דעפיציט האט געשטיגן מער ווי 45% אין דער זעלבער תקופה. דער גרעסטערעקספארט פארדינסט איז פון דער קליידער־פאבריקאציע אינדוסטריע.

א שטארקע מניעה צו באנגלאדעש׳נס עקאנאמישער אנטוויקלונג איז א נישט-גענוגיקע קראפט־פארזארגונג. לויט דער וועלט באנק, זענען שוואכער גובערנאנץ, קארופציע און שוואכע פובליקע אנשטאלטן אויך חשובע ארויסרופן. אין אפריל 2010, האט סטאנדארט און פורס געגעבן באנגלאדעש א BB- לאנגער-פעריאד קרעדיט-שאצונג, נידעריגער ווי אינדיע אבער העכער ווי פאקיסטאן און סרי לאנקא.

דאס לאנד איז מערקבאר פאר זיין באדן-פרוכפערקייט ערד, כולל די גאנגעס דעלטע, סילהעט דיוויזיע און די טשיטאנגאנג בארג טראקטן. לאנדווירטשאפט איז דער גרעסטער סעקטאר פון דער עקאנאמיע, און האט בייגעשטייערט 18.6 פראצענט פון באנגלאדעשנ׳ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין נאוועמבער 2010 און האט באשעפטיקט אומגעפער 45 פראצענט פון דעם ארבעטסקראפט. דער לאנדווירטשאפט סעקטאר מאכט א רושם אויף ארבעטס־גענערירן, לינדערן ארימקייט, מענטשלעכע רעסורסן אנטוויקלונג און עסן זיכערקייט. מער באנגלאדעשער פארדינען זייער פרנסה פון אגריקולטור ווי פון נאר וועלכן אנדערן סעקטאר. באנגלאדעש איז די הויפט פראדוצירער פון רייז פערטער אין דער וועלט, קארטאפל זיבעטער, טראפישע פרוכטן זעקסטער, יוטערצווייטער און טייכווירטשאפט פינפטער.

באנגלאדעש איז דער זיבעט־גרעסטער נאטירלעכע גאז פראדוצירער אין אזיע, גרעסער ווי דער שכן מיאנמאר, און 56 פראצענט פונעם לאנד׳ס עלעקטריע ווערט גענערירט דורך נאטירלעכער גאז. גרויסע גאז פעלדער זענען פלאצירט אין די צפון־מזרח ספעציעל סילהעט און דרום כולל באַריסאַל און טשיטאגאנג ראיאנען. די נאציאנאלע ענערגיע פירמע הייסט פעטראבאנגלא. די אמעריקאנישע פילנאציאנאלע קארפאראציע שעווראן פראדוצירט 50 פראצענט פון באנגלאדעש׳נס נאטירלעכע גאז. לויט די געאלאגן אנטהאלט די בוכטע פון בענגאל גרויסע נישט אנגערירטע גאז רעזערוון אונטערן ים. באנגלאדעש האט ממשותדיקע רעזערוון פון קוילן, מיט עטלעכע קוילן מינעס וואס אפערירן אין דעם צפון־מערב. באנגלאנדעש האט איינע פון דער וועלט׳ס עלטסטע טיי אינדוסטריעס, און איז א הויפט עקספארטירער פון פיש און ים־עסן.

באנגלאדעש׳נס טעקסטיל און קליידער אינדוסטריעס זענען דעם לאנד׳ס גרעסטע פאבריקאציע סעקטאר, מיט עקספארטן אין 2014 פון $25 ביליאן. לעדער-גוטער פאבריקאציע, בפרט שוכווארג, איז דער צווייט־גרעסטער עקספארט סעקטאר. די אפטייקווארג אינדוסטריע פארזארגט 97 פראצענט פון אינלענדישער פאדערונג, און עקספארטירט צו פיל לענדער. שיפבויעריי האט גיך געוואקסן און עקספארטירט צו אייראפע.

                                     

2. געזונט

נישט-דערנערונג איז א לאנגיעריקער פראבלעם פאר באנגלאדעש. די וועלט באנק שאצט אפ אז באנגלאדעש איז דאס ערשטע לאנד אין דער וועלט לויט דער צאל קינדער וואס לײַדן פון נישט-דערנערונג.

                                     
  • פאקיסטאן פראקלאמירט זיין אפשיידונג פונעם לאנד און שטעלט אויף א נייע מדינה - באנגלאדעש 2000 - וולאדימיר פוטין געוויילט פרעזידענט פון רוסלאנד 1913 - פאל ערדאש
  • וואס מען רעדט אין באנגלאדעש און אויך אין די שטאטן מערב בענגאל, טריפורא און אסאם אין אינדיע. בענגאליש איז די אפיציעלע שפראך אין באנגלאדעש בענגאליש ווערט
  • אזיע איז כולל צוועלף לענדער אין דעם דרום מזרח טייל פון אזיע. אינדאנעזיע באנגלאדעש ברוניי וויעטנאם טיילאנד לאאס מאלייזיע מזרח טימאר מיאנמאר פריער בורמע
  • אנבינדוג פונעם אמעריקאנער דאלאר צו גאלד 1975 - מיליטערישע רעוואלוציע אין באנגלאדעש 1769 - נאפאלעאן באנאפארטע, הויפטקאמאנדאנט און פירער פון פראנקרייך געש
  • טאמיל: கங க גא נגא י, אורדו: گنگا גא נגא איז א טייך פון אינדיע און באנגלאדעש דער 2525 ק מ טייך קומט ארויס אין דער מערב הימאלייע אין דעם אינדישן שטאט
  • לאנד אין דרום - מזרח אזיע וועלכע גרעניצט זיך מיט טיילאנד, אינדיע, לאאס, באנגלאדעש און כינע. מיאנמאר האט א שטח פון 676, 578 ק מ2, און איז דאס 40סטע גרעסטע
  • זי האט די פארעם פון א דרייעק. זי גרענעצט אינדיע און סרי לאנקא צו מערב, באנגלאדעש צו צפון, און מיאנמאר און די אנדאמאן אינזלען צו מזרח. די בוכטע פון בענגאל
  • זעלבשטענדיקייט פון פראנקרייך. 15טן אויגוסט - מיליטערישע רעוואלוציע אין באנגלאדעש 11טן נאוועמבער - אנגאלא רופט אויס זעלבשטענדיגקייט זיך אפצוטיילן פון פארטוגאל
  • געפינט זיך אין צפון מזרח אינדיע, ארומגענומען מיט בהוטאן אין צפון, דעם לאנד באנגלאדעש אין דרום, און די אינדישע שטאטן ארונאטשאל פראדעש, נאגאלאנד, מאניפור, מיזאראם
  • טאמיל kari איז איינער פון פארשידענע פארווירצטע מאכלים, פון די אינדישן, באנגלאדעש סרי לאנקא, אינדאנעזישן, מאלייזישן, פאקיסטאן, טיילאנדישן קיכן, און אויך
  • גרויסע שפראך - משפחה פון דרום מזרח אזיע, מיט רעדערס געפונען אויך אין אינדיע, באנגלאדעש און דרום כינע. דער נאמען אויסטרא - אזיאטיש קומט פון די לאטיינישע ווערטער
  • היינט זענען כינע, אינדיע, די פאראייניגטע שטאטן, אינדאנעזיע, פאקיסטאן, באנגלאדעש ניגעריע, עטיאפיע, עגיפטן, סאודי אראביע, איראן און די אראבישע לענדער