ⓘ אברהם יהושע העשיל טווערסקי. הרר אברהם יהושע העשיל טווערסקי איז געווען מאכניווקער רבי זיבעציג יאר, פֿון התרעז ביז התשמח. ער איז געווען א זון פונעם ערשטן מאכניווק ..

                                     

ⓘ אברהם יהושע העשיל טווערסקי

הר"ר אברהם יהושע העשיל טווערסקי איז געווען מאכניווקער רבי זיבעציג יאר, פֿון התרע"ז ביז התשמ"ח. ער איז געווען א זון פונעם ערשטן מאכניווקער רבין, הר"ר יוסף מאיר טווערסקי.

במשך א לענגערער צייט אין ראטן פארבאנד האט ער מרביץ תורה געווען און פארשפרייט חסידות אקעגן דעם רצון פון די קאמוניסטישע אויטאריטעטן. אין תרצ"ב האט ער זיך געצויקן אין מאסקווע. שפעטער האט ער געוואוניט אין טאשקענט. נאכן צווייטן וועלט קריג האט די סאוועטישע רעגירונג אים געבעטן צו דינען אלס הויפט רב פון דער סאוועטן פארבאנד. ער האט אבער אפגעזאגט דעם אמט, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך פירן לויט זייערע דעות. פאר דעם האט מען אים פארטריבן אין סיביר.

אין תשכ"ה האט מען אים ערלויבט צו פארלאזן דעם סאוועטן פארבאנד און ער האט געוואנדערט קיין בני ברק, ישראל.

אין בני ברק האט ער אויפגיבויט פון פריש זיין הויף. אויכעט האט ער געבויט א ישיבה פאר זיין טאטנס נאמען, רבי יוסף מאיר פון מאכניווקא און זיין שווער רבי דוד אהרן טווערסקי פון זשאריק.

נאך זיין פטירה איז אויפגענומען געווארן אלס רבי, זיין שוועסטערס אן אייניקל רבי יושעלע רוקח.