ⓘ מר בר רב אשי, איז געווען אן אמורא, דער זון פון רב אשי, און ער האט ממשיך געווען זיין פאטערס ארבעט מסדר זיין די גמרא פון תלמוד בבלי. אויף אים איז דא דער כלל הלכה ..

                                     

ⓘ מר בר רב אשי

מר בר רב אשי, איז געווען אן אמורא, דער זון פון רב אשי, און ער האט ממשיך געווען זיין פאטערס ארבעט מסדר זיין די גמרא פון תלמוד בבלי. אויף אים איז דא דער כלל "הלכה כמר ברב אשי" אז די הלכה בלייבט ווי אים חוץ בייי דריי זאכן מיכף שבועה אודיא וי"ג חוורי. דער רי"ף אין מסכת סנהדרין ברענגט בשם רב האי גאון אז איבעראל וואו עס איז א מימרא פון מר רב אשי און עס שטייט נישט מפורש ארויס די הלכה איז נישט לויט אים, דעמאלטס איז דער כלל אז דער הלכה בלייבט לויט אים.

ער איז געווארן ראש ישיבה פון סורא אין מתא מחסיא אינעם יאר דרט"ו ביז זיין פטירה יום כיפור דרכ"ח

אין עירובין קב: איז משמע אז מר בר רב אשי איז געווען א תלמיד פון רבא, מוז דאס זיין אן אנדער מר בר רב אשי, ווייל רב אשי איז געבוירן דעם טאג פון רבאס פטירה. אבער תוספות אין עירובין זאגט אז די גירסא איז נישט רבא נאר אבא, אויב אזוי איז דער זעלבער מר בר רב אשי.

לויטן סדר הדורות אין דער מערכה פון "מר בר רב אשי" האלט ער אז עס זענען געווען צוויי מר ברב אשיס.