ⓘ שמעון בר אבא. ר שמעון בר אבא איז געווען א תלמיד פון רבי יוחנן ער האט געלערנט פאר אים. ער האט אים אויך באדינט, געווען א מאל וואס ער האט אים געגעבן זיין שיך אנצוט ..

                                     

ⓘ שמעון בר אבא

ר שמעון בר אבא איז געווען א תלמיד פון רבי יוחנן ער האט געלערנט פאר אים. ער האט אים אויך באדינט, געווען א מאל וואס ער האט אים געגעבן זיין שיך אנצוטון

דער ירושלמי ברכות פ"ב רופט אים אן א מדקדק במצוות.

ער איז געווען א קלוגער מענטש און האט פארשטאנען אפצושאצן וויפיל א בריליאנט שטיין איז ווערד, אבער דאך איז באשערט געווען פאר אים ארימקייט, דער מדרש קה"ר אויפן פסוק לא לחכמים לחם זאגט אויף אים דעם פסוק: לא לחכמים לחם, נישט אייביג האט די קלוגער האבן ברויט.

די חכמים האבן אים דירעקט געגעבן ארבעט כדי ער זאל האבן פרנסה, ר יוחנן פלעגט דירעקט שיקן צו אים ער זאל אויסקלויבן פאר אים געלד וואס איז גוט און וואס איז שלעכט. ר אלעזר איז אמאל געגאנגען פאר אים און האט אראפגעווארפן א מטבע כדי ער זאל עס טרעפן און האבן געלד ירושלמי ב"מ פ"ג ה"ג, אילופוסה פלעגט אים געבן זיינע מעשרות ירושלמי ברכות פ"ב.