ⓘ אביי דער אמורא איז געווען ראש ישיבה אין פומבדיתא. ער איז געווען א תלמיד פון רבה בר נחמני. ער ווערט דערמאנט אסאך מאל אין שס, און ער איז דער בר פלוגתא פון רבא. גע ..

                                     

ⓘ אביי

אביי דער אמורא איז געווען ראש ישיבה אין פומבדיתא. ער איז געווען א תלמיד פון רבה בר נחמני. ער ווערט דערמאנט אסאך מאל אין ש"ס, און ער איז דער בר פלוגתא פון רבא. געבוירן אין שנת ד"א ל"ט און איז נפטר געווארן ד"א צ"ו - צ"ט.

                                     

1. ביאגראפיע

אבייס פאטער האט געהייסן כייליל. די גמרא פארציילט אז ווען ער איז געווען קליין האט שוין רבה געמערקט אויף איהם אז ער וועט אויסוואקסן א גרויסער מענטש, ער האט אויף איהם געזאגט דעם שפריך ווארט בוצין מקטפי ידוע ברכות מח.

ער איז געווען א כהן, אבער זיין סדר איז געווען אז ער האט נישט גענומען די מתנות פון כהונה נאר איינמאל א יאהר ערב יום כיפורים כדי מען זאל וויסן אז ער איז א כהן שבת קלג. אפילו ווען מען האט געדוכנט איז ער נישט ארויף דוכנ׳ען מיט די אנדערע כהנים ווייל ער פלעגט זיין זייער פארטוהן אין לערנען מיט זיינע תלמידים שם.

ער איז געווען א קיילעכדיגער יתום אהן א טאטע און אהן א מאמע, זיין טאטע איז געשטארבן פאר ער איז געבוירן, און ווען ער איז געבוירן איז זיין מאמע געשטארבן. ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי א פרוי, ער פלעגט אסאך נאכזאגן זאכן פון איהרט וועגן ווי דער גמרא זאגט אז אביי פלעגט זאגן אמרה לי אם מיין מאמע האט מיר געזאגט שבת סו: קלד. עירובין כט: סה. יומא עח: מו"ק יב. יח. דאס מיינט דער וואס האט איהם אויפגעצויגן קידושין לא. די וועלט זאגט אז אביי איז די ראשי תיבות פון דעם פסוק אשר בך ירוחם יתום הושע יד, ב.

זיין עכטער נאמען איז געווען נחמני, שבת לג. עד. מעילה כ. ער האט געהייסן אזוי נאך זיין זיידע און אזוי ווי ער איז געווען א תלמיד פון זיין פעטער רבה בר נחמני און רבה האט איהם נישט געוואלט זאגן דעם נאמען פון זיין טאטע האט ער איהם גערופען אביי פון דעם לשון טאטע, און דערפון איז געווארן דער נאמען אביי.

אין א צווייט פלאץ זאגט רש"י גיטין לד: פארקערט זיין עכטער נאמען איז געווען אביי, נאר זיין פעטער רבה האט איהם זייער ליב געהאט און איהם גערופען אויפן נאמען פון זיין טאטע נחמני.

עס איז דא א הלכה אז אויב א פרוי האט צוויי מאל אדער דריי מאל חתונה און יעדעס מאל שטארבט דאס מאן, דארף מען חייש זיין מער נישט חתונה האבן מיט איהר ווייל אפשר איז זי א קטלנית, דאס הייסט איהרע מענער האלטן זיך נישט ביי איר, פארציילט די גמרא כתובות סה. אז אביי האט נישט געהאלטן ווי רבי אז ביי צוויי מאל הייסט א חזקה און ער האט חתונה געהאט מיט א שיינע פרוי א יפת תואר וואס האט שוין געהאט צוויי מענער פאר איהם, ביידע מענער זענען געווען גרויסע תלמידי חכמים איינער רחבה פון פומפדיתא דער צווייטער רבי יצחק דער אייניקל פון רבה בר חנה, אבער אביי האט נאך זיין חתונה נישט מאריך ימים געווען.

ער איז געווען פון די משפחה פון בית עלי וואס ווערט דערמאנט אין שמואל א. און כאטש אלע כהנים פון בית עלי זענען געשטארבן יונגערהייט צוליב דעם עונש וואס שטייט דארט אין פסוק האט אבער אביי געלעבט ביז די זעכציג יאר ווייל ער האט געלערנט תורה און אויך געטוהן אסאך טובות פאר אידן ראש השנה יח. יבמות קה.

                                     

2. פון זיינע מנהגים און גוטע זיטען

אביי פלעגט גיבן די הענט פאר אלטע לייט און זיי געהאלפן זיך באוועגן קידושין לג. ושאילתות דרב אחא.

ער האט באוויזן א קונץ שטיק, ער האט געווארפן אכט אייער און זיי אלע געכאפט איינס נאך אנאנד סוכה נג.

ער האט זיך שטארק געפרייעט ווען א תלמיד חכם האט מסיים געווען א מסכתא, ער פעלגט דאן מאכן א סעודה א סיום מסכתא פאר אלעמען שבת קיח.

                                     

3. די הלכה בלייבט ווי ער

די גמרא זאגט גיטין לד: והלכתא כנחמני, די הלכה בלייבט ווי אביי וואס הייסט נחמני.

עס איז דא א כלל אז די הלכה בלייבט ווי אביי ביי די הלכות פון יע"ל קג"ם "דאס איז ראשי תיבות יאוש שלא מדעת ב"מ כב, עד זומם סנהדרין כז, לחי העומד מאליו עירובין טו., קידושין שלא נמסרו לביאה קידושין נא, גילוי דעת בגיטין גיטין לד, מומר סנהדרין כז, עס שטייט אין מלחמות ה מסכת ב"ק י. אז אויב עס איז א פשוטע זאך פאר אביי און פאר זיין חבר רבא איז עס א ספק, דאן בלייבט די הלכה ווי אביי.

                                     

4. זיין גרויסקייט

אין הימל האט מען אויסגערופען זיי געווארט אין דעם צדיק נחמני, און דערפאר האט ער געקענט פארטרייבן די קליפה פון אגרת בת מחלת פסחים קיב.

די גמרא זאגט אין תענית אז מען פלעגט אים שיקן א גריס א שלום עליכם פון הימל יעדן ערב שבת.

די גמרא פארציילט גיטין מה. עס איז אים אמאל פארלוירן געווארן אן אייזל צווישן גוים, און ער האט געגעבן א סימן אויף אן אייזל אז עס איז זיינס, האט מען אים געזאגט "אלמלא נחמני את" ווען דו ביסט ווען נישט אזא צדיק וואלט מיר דיר עס נישט צוריקגעגעבן, אבער מיר ווייסן אז דו זאגסט נישט קיין ליגנט.

                                     

5. אלס ראש ישיבה

אביי איז געווען דער ראש ישיבה אין פומבדיתא נאך רב יוסף, נאך אביי איז רבא געווארן דער ראש ישיבה גיטין סו"פ הנזיקין, ברכות פרק הרואה, ער איז געווארן ראש ישיבה אין יאהר ד"א שנת פ"ה. ער איז געווען דרייצען אדער פערצין יאהר ראש ישיבה.

די גמרא פארציילט ווען מען האט געוואלט שטעלן א ראש ישיבה איז דארט געווען ר זירא, רבה בר מתנה, און רבא, יעדען האט מען געפרעגט נאר נישט אביי, דעריבער האט איהם רבא געזאגט פתח נחמני הייב אהן נחמני.

                                     
  • גיטין לד מומר אוכל נבילות להכעיס סנהדרין כז עס איז דא א כלל אז כאטש מען פסק נט ווי רבא קעגן אביי די הלכה בלייבט ווי אביי ביי די הלכות פון יע ל קג ם.
  • הכיור פרשת תרומת הדשן נאר ביי שחרית פרשת התמיד סדר הקטורת סדר המערכה פון אביי נאר ביי שחרית אנא בכח די תפילה פון רבי נחוניא בן הקנה פרק איזהו מקומן
  • מיט א יונגער פרוי, א כהנת, א נערה א בעלת חן. מיר געפונען אים לערנען מיט אביי פון רבי יוחנן. אן אינטערעסאנטער אויסדרוק געפינט מען ביי אים ווען ער האט
  • דער ערשטער ער האט געדינט די עבודה אכטציג יאר און שפעטער געווארן א צדוקי. אביי האלט אז יוחנן כהן גדול און דער קעניג, ינאי המלך איז דער זעלבער. יוחנן כהן
  • אידישן וועג צוליב זיין פאלאזאפיע שיטה. לויט זיי איז דער אמונה דורך לערנען אביי ורבא, גמרא רשי און תוספות, און נישט דורך חקרענען און זיך פארטיפן אין די נאטור
  • איז 1, 000 יאר, ווי דוד המלך זאגט אין תהלים כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול. אביי זאגט אז 2, 000 יאר גייט עס זיין חרב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע
  • דריטן דור פון די אמוראים. רבי אבא א תלמיד פון רב הונא, רב יהודה און פון אביי ער איז געווען א חבר און א תלמיד פון ר אמי, עס איז באקאנט מיט איהם די סוגיא
  • בר נחמני רב יוסף בר חייא רב זביד רבי זירא פערטער דור ביזן יאר 340 בערך אביי - ראש ישיבת פומבדיתא. רבא - ראש ישיבת מחוזא. רמי בר חמא פיפטער דור ביזן
  • נא כדעם ווא ס פפא בר נצר הא ט די שטא ט חרוב געמא כט. דער בא וואוסטער אמורא אביי פלעגט דא רט דא ווענען א פט. יוסף בן מתתיהו דערציילט א ז אין בבל זײ נען געווען
  • יוסף בר חמא רמי בר אבא רבי אבא רב הונא הכהן פערטער דור ביז ד ק אביי רבא רמי בר חמא רב אחא בר יעקב רב ספרא רב כהנא מפום נהרא רב אידי