ⓘ יוחנן טווערסקי. רבי יוחנן איז געבוירן אין יאר התקעו, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער ..

                                     

ⓘ יוחנן טווערסקי

רבי יוחנן איז געבוירן אין יאר התקע"ו, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.

                                     

1. רבנות

נאך זיין פאטערס פטירה אין יאר התקצ"ז האט רבי יוחנן נישט געוואלט פירן קיין רעביסטעווע, האלטנדיג אז ער איז נישט פאסענט ראוי דערצו, הערשט עטליכע יאר שפעטער ווען מען האט אים אויפגענומען אלס מגיד אין רחמיסטריווקא האט ער אנגעהויבן צו פראווען.

                                     

2. זיין פאמיליע

רבי יוחנן האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב פנחס, רב אין קאלק. זייערע קינדער:

  • הרב דוד טווערסקי פון זלאטיפאלי.
  • הרב מרדכי טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
  • הרב מנחם נחום טווערסקי פון רחמיסטריווקא ירושלים.
  • הרב זאב וואלף טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
  • מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב משה פון טשעשילניק, א זון פון הרב שלמה פון סאווראן.
  • מרת פייגא, די ווייב פון הרב יעקב אריה לייב טווערסקי התר"ז אומגעפער - כ"ח אייר התרע"ח), פון טוריסק, א זון פון אברהם טווערסקי, דער טוריסקער מגיד.
  • מרת מלכה די ווייב פון הרב יצחק פרידמאן ב תשרי התר"י - י"ז אדר התרע"ז, פון באיאן, דער פחד יצחק.
  • די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי פון שפיקאוו.