ⓘ ישראל מרדכי טווערסקי. ישראל מרדכי איז געבוירן אין ירושלים מוצאי שבועות תרפט צו זײַן פאטער הרהצ ר יוחנןטשע פון רחמיסטריווקא און זײַן מוטער רבקה, א טאכטער פון ר נ ..

                                     

ⓘ ישראל מרדכי טווערסקי

ישראל מרדכי איז געבוירן אין ירושלים מוצאי שבועות תרפ"ט צו זײַן פאטער הרה"צ ר יוחנןטשע פון רחמיסטריווקא און זײַן מוטער רבקה, א טאכטער פון ר נחמן יוסף ווילהעלם. בײַ זײַן ברית איז דער בית אברהם פון סלאנים געווען דער מוהל און זײַן עלטער זיידע ר נחוםטשע געווען דער סנדק. מהאט אים געגעבן א נאמען ישראל נאכן בעל שם טוב זײַן יארצײַט געפֿאלט שבועות און מרדכי נאך ר מאטעלע זלאטיפאלער וואס איז נפטר געווען קורץ פאר דעם.

צו דריי יאר ווען מען האט אים געמאכט פיאות האט מען אים גענומען צום אמרי אמת וואס איז דעמאלסט געווען אין ירושלים.

ער האט געלערנט אין דעם חדר און ישיבה קטנה חיי עולם, דערנאך איז ער געווען א תלמיד אין דער שפת אמת ישיבה.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר סענדער אורי. אפילו נאך דער חתונה פלעג ער לערנען אין בית מדרש 23 שעהן אין א מעת לעת.

                                     

1. חסידות און רביסטעווע

ווען זײַן פאטער ר יוחנןטשע איז געווארן רבי אין תש"י פלעג ער איבערזאגן זײַנע תורות, און נאך דעם האט ער געזאגט א שיעור אין מאור עינים פון הר"ר נחום טשערנאבלער. ער האט אויפגעשטעלט די מאור עינים ישיבה אין ירושלים.

נאך דער פטירה פון זיין פאטער כ כסלו תשמ"ב האט ער איבערהויפט נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטיווע, אבער דער מאכניווקער רבי האט אים באקרוינט אלס ממלא מקום און רבי. ווען ער איז אויפגעשטאנען פון דער שבעה האט ער גענומען דאס ערשטע קוויטל פון זײַן שווער, ר סענדער אורי. אפטמאל אינמיטן אויפנעמען דעם עולם פלעג ער זיך אוועקנעמען דורך א הינטערשטער טיר גייען לערנען א שעה אדער לענגער אין א ספרדישער שול.

ווען זײַן ברודער, דער רחמיסטריווקער רבי פון בארא פארק, איז געווען אין ארץ ישראל האבן די צוויי ברידער געפירט טיש צוזאמען.

אין דעם יאר תשנ"א איז ער געווארן קראנק און ער האט פון דעם געליטן ביז זײַן לעצטן טאג. כ"ב סיון תשס"ד איז ער נפטר געווארן אין דער עלטער פון 75. ערב שבת נאך חצות האט מען אים באגראבן אינעם רחמיסטריווקער אהל אויף הר הזיתים, וואו עס ליגן אויך זיין פאטער הר"ר יוחנן, זיין זיידע הר"ר נחוםטשע, זײַנע ברידער הר"ר מאטעלע און הר"ר וועלוועלע און דער מאכניווקער רבי.

                                     

2. משפחה

די קינדער פון רבי ישראל מרדכי זענען:

  • די ווייב פון הרב דוד יצחק יעקב בידערמאן, זון פון רבי נחמן בן רבי אלטער פון לעלאוו.
  • רבי דוד טווערסקי, דער היינטיקער רבי אין ישראל - אן איידעם ביי הרב משה ניישלאס, רב פון שיכון סקווירא.
  • די ווייב פון הרב שמואל אברהם אבא טווערסקי, זון פון זיין שוועסטער-קינד רבי יעקב יוסף בן רבי יהושע טווערסקי.
  • די ווייב פון הרב שלמה טייטלבוים, אלעסקער רבי.
  • די ווייב פון הרב יהושע מנחם שטרן, זון פון רבי יצחק יהודה גאב"ד ביליץ, רב פון ראחמיסטריווקע אין בני ברק.
  • די ווייב פון הרב בן ציון ראבינאוויטש, ר"י מאור עינים.
  • הרב נחמן יוסף. געווארן א חב"דסקער חסיד, א ר"מ אין ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש אין קרוין הייטס - איידעם פון הרב משה אשכנזי.
                                     
  • מרדכי זוסיא טווערסקי זצ ל ה תר ך - כ ז אדר ה תרצ ו פון האצעליס - יאס. רבי מרדכי זוסיא לי איז געבוירן אין טריסק, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי
  • רבי מרדכי טווערסקי זצ ל ה תק ל - כ אייר ה תקצ ז מגיד פון טשערנאביל. באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער. רבי מאטעלע איז געבוירן געווארן אין יאר ה תק ל
  • רבי מרדכי דוב טווערסקי זצ ל ה ת ר כ ב אלול ה תרס ג דער הארניסטייפלער רב. רבי מרדכי דוב איז געבוירן אין הארניסטייפל ביים פינפטן חנוכה לעכטעל כ ט כסליו
  • יעקב ישראל טווערסקי זצ ל ה תקנ ד - י ג אלול ה תרל ו מגיד פון טשערקאס. רבי יעקב ישראל איז געבוירן אין יאר ה תקנ ד, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער
  • חיים יצחק טווערסקי א זון פון רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי א זון פון רבי מרדכי טווערסקי פון לויעוו - טשערנאביל, א זון פון רבי נחום טווערסקי א זון פון
  • געבוירן אין יאר ה תקע ב, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבלער מגיד א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי דער מאור עינים און צו זיין מוטער פייגעלע
  • השערים זייערע קינדער: הרב מרדכי טווערסקי ה תק ל - כ אייר ה תקצ ז באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער. רבי אהרן טווערסקי ה תקמ ד - ח כסלו ה תרל ב
  • רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר ה תרפ ב צו זיין פאטער, רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ, און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי וועלוועלע טווערסקי פון
  • געבוירן אין יאר ה תקס ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון
  • רבי דוד טווערסקי געב כ ו תשרי ה תש א איז דער מנהיג פון די סקווערער חסידים און פון סקווערער שטעטל אין ניו יארק. רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה תש א, אין