ⓘ ספרים חיצונים ..

בן סירא

בן סירא א ספר וואס ישוע בן סירא אדער ווי א טייל רופען איהם יהושע בן סרוק, האט געשריבן, אין דעם ספר שטייט אסאך אינטערסאנטע זאכן, בעיקר רעדט ער ארום חכמות און מדות טובות וואס דעם המון עם זאל וויסן, עס איז משבח די חכמה, די גוטע לייט און די רעכטפארטיגע צדיקים און עס איז מגנה און רעדט שלעכטץ אויף רשעים און נערנים. דער ספר זעהט מען איז געמאכט בעיקר פאר גוים און אומות העולם וואס האבן נישט די אידישע תורה, עס איז זייער ענליך געשריבן ווי דער ספר משלי פון שלמה המלך. עס זענען דא וואס זאגן אז ער איז א זון פון שלמה המלך, אין אסאך ספרי בן סירא שטייט אז ער איז א זון פון ירמיהו הנביא. אין אנהייב פון אסאך ד ...

ספר אדם וחוה

ספר אדם וחוה איז איינע פון די ספרים חיצונים צו די תורה. דער ספר לייגט אראפ די איבערלעבענישן פון אדם הראשון און זיין ווייב חוה פון נאכן פארטריבן ווערן פון גן עדן ביזן שטארבן פון חוה און איהר קבורה נעבן אדם און הבל. עס איז ארגינעל געשריבן געווארן אין לשה"ק, אבער אזוי ווי רוב פון די ספרים חיצונים איז עס נישט געבליבן אינעם ארגינעלן לשון צוליב וואס די חכמים האבן עס נישט אנגענומען. נאר די גריכישע און לאטיינישע איבעזעצונג האבן מיר די גאנצע. עס אנהאלט בסך הכל דריי-און-פערציג פרקים. אינעם ערשטן פסוק רופט עס זיך ספר תולדות אדם וחוה און אינעם ארמענישן איבערזעצונג ספר אדם.

ספר היובלים

ספר היובלים איז איינע פון די ספרים חיצונים אויף די תורה. עס שילדערט ווי דער מלאך הפנים חזרט איבער מיט משה רבינו די סיפורי התורה, מיט פונקטליכע דאטומען אויף יעדע זאך, ביים בארג סיני. עס איז ארגינעל געשריבן געווארן אין לשה"ק, אבער איז געבליבן בשלימות נאר אין די איבערזעצונג אויף געז, און אין יאהר 1870 איז עס דערפון איבערגעזעצט געווארן אויף לשה"ק דורך שלמה רובין. אין די אנטפלעקונג פון די מגילות ביים ים המלח האט מען געטראפן פופצן מגילות פונעם ספר, רוב דערפון נאר א חלק, מיטן ארגינעלן לשון.

ספר טוביה

ספר טוביה איז א חיבור פון תקופת בית שני וועלכע ווערט ביי די יודן פאררעכנט ווי איינע פון די ספרים חיצונים אבער ביי די נוצרים ווערט עס יא פאררעכנט אלס איינע פון די הייליגע ספרים. סאיז דא דערפון צוויי ווערסיעס געשריבן אין גריכיש, אבער רוב חוקרים האבן אנגענומען אז ארגינעל איז עס געשריבן געווארן אין לשה"ק. אין די מגילות מדבר יהודה האט מען געטראפן שטיקלעך פון דעם ספר אין לשה"ק און אין אראמיש.

                                     

אגרת ירמיהו

אגרת ירמיהו איז איינע פון די ספרים חיצונים אויף נביאים און ווערט פאלש נתייחס צום נביא ירמיהו. די חוקרים זענען מחולק צי עס איז ארגינעל געשריבן געווארן אויף לשה"ק אדער גריכיש. אין דעם גריכישן תנ"ך געפינט עס זיך נאך מגילת איכה און אין דעם רוימישן נאך ספר ברוך. עס אנהאלט צווי-און-זיבעציג פסוקים וואו עס ווערט ארויסגעברענגט אז די פאלשקייט פון די ע"ז און אז מען זאל זי נישט דינען.