ⓘ חנוך דוב רובין. הרב חנוך דוב רובין איז געווען דער סאסאווער רבי אין לאנדאן. ער איז געווען א זון פונעם גלאגאווער רבין, הרב אלעזר רובין. ער איז געווארן אן איידעם ב ..

                                     

ⓘ חנוך דוב רובין

הרב חנוך דוב רובין איז געווען דער סאסאווער רבי אין לאנדאן. ער איז געווען א זון פונעם גלאגאווער רבין, הרב אלעזר רובין. ער איז געווארן אן איידעם ביי הרב מנשה אייכנשטיין פון ווערעצקי.

ער האט זיך באזעצט אין דעם איסט ענד פון לאנדאן אבער איז אוועק יונגערהייט. ער ליגט אין דעם עדמאנטאן בית עולם, וואו מהאט געבויט אן אוהל איבער זײַן קבר.

זײַן ממלא מקום אלס סאסאווער רבי איז געווען זײַן זון הרב שמחה רובין.