ⓘ מנחם נחום טווערסקי פון בריסק. רבי מנחם נחום איז געבוירן כב סיון תקפט צו זיין פאטער רבי אברהם טווערסקי, דער טריסקער מגיד, און זיין מוטער ריקל, א טאכטער פון רבי י ..

                                     

ⓘ מנחם נחום טווערסקי פון בריסק

רבי מנחם נחום איז געבוירן כ"ב סיון תקפ"ט צו זיין פאטער רבי אברהם טווערסקי, דער טריסקער מגיד, און זיין מוטער ריקל, א טאכטער פון רבי יעקב אריה פון קאוולע. י"ג סיון תר"ז האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת חיה ע"ה די טאכטער פון הרה"ק רבי דודל טאלנער זי"ע.

                                     

1. רעביסטעווע

זיין הייליגער טאטע האט אים מסמיך געווען צו פירן בחייו, אמאל פלעגט זיין הייליגער טאטע שיקן צו אים שווערע "הזכרות" און סאיז געווען באוואוסט אז טאמער מאיז געשיקט געווארן צו אים איז מען א געהאלפנער!

דרייצן יאר האט ער געווארט פון זיין חתונה ביז זיין בכור הרה"ק רבי מרדכי זוסיא זי"ע דער טריסקער רבי אין הוצעלעס און דערנאך אין יאס, רומעניע איז געבארין אין טאלנא, און 13 יאר שפעטער איז אים געבארן זיין צווייטער זון הרה"ק רבי משה יהודה לייב זי"ע דער חעלמער רבי בעמח"ס אמרי מ"י. דער לעצטער איז נסתלק כ תמוז תרצ"ז, און ער ליגט אין שטאט קעלץ, פוילן אין דעם אוהל פון זיין פעטער הרה"ק רבי מאטאלע קאזמירער זי"ע.

אלץ א גזירה פון די מלכות הרשעה אין רוסלאנד האט ער מיט זיין הייליגן ברודער הרה"ק רבי מאָטעלע קאָזמירער זי"ע געמוזט אוועקפארן פון טריסק בערך אין יאר תרמ"ה. ער האט זיך באזעצט אין דער שטאט סלאוויטא, און דערנאך אין קאטעלנע א קליין דארף לעבן בריסק דליטא.

ער איז נסתלק געווארן ד שבט תרמ"ז. סאיז פארהאנען א הספד אויף אים פון הגאון בעל בית הלוי פון בריסק זי"ע.

זיינע תורות און בריוון ווי אויך הסכמות אויף ספרים זענען געדרוקט אין ספר "זכרון מנחם נחום" ירושלים תשס"ה דורך זיין אור אייניקל בן אחר בן הרב יצחק דוד טווערסקי שליט"א.

היינטיגער טאג זענען געבליבן "בן אחר בןס" פון דעם טריסקער מגיד נאר פון זיין בכורס בכור הרה"ק רבי מרדכי זוסיאלע טריסקער.

רבי מרדכי זוסיא טריסקער זי"ע האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת חוה גיטל ע"ה א טאכטער פון הרה"ק רבי יצחק מבוהוש זי"ע. סאיז געדרוקט פון אים דאס הייליגע ספר "נועם מרדכי" ירושלים תשס"ה דורך זיין אור אייניקל בן אחר בן הרב יצחק דוד טווערסקי.

הרה"ק רבי מרדכי זוסיא טריסקער זי"ע איז נסתלק געווארן ז"ך אדר תרצ"ו, און מנוכ"ק איז אין אן אוהל אין יאס.