ⓘ דייוויד דער צווייטער, מלך פון שאטלאנד. דייוויד דער צווייטער, מלך פון סקאטלאנד דער זון פון ראבערט דע ברוס מיט זיין צווייטער ווייב עליזאבעט דע בורג איז געווען דער ..

                                     

ⓘ דייוויד דער צווייטער, מלך פון שאטלאנד

דייוויד דער צווייטער, מלך פון סקאטלאנד דער זון פון ראבערט דע ברוס מיט זיין צווייטער ווייב עליזאבעט דע בורג איז געווען דער קעניג פון שאטלאנד זייט דעם 7טן יוני, 1329 ביז זיין שטארבן.

דייוויד איז געבוירן געווארן אין דעם דאנפערמאלין פאלאץ אין פיף. אינעם יאר 1328 הפ"ח, ווען ער איז געווען 4 יאר אלט, האט ער חתונה געהאט מיט דזשאאן פונעם טורעם די טאכטער פון עדווארד דער צווייטער, דער קעניג פון ענגלאנד, און פון איזאבעלא פון פראנקרייך ווען זי איז געווען 7 יאר אלט.

דייוויד איז געווארן דער קעניג פון סקאטלאנד נאך זיין טאטנס שטארבן 1329, און אין נאוועמבער 1331 הצ"ב איז ער באקרוינט געווארן צוזאמען מיט זיין ווייב דזשאאן אויף דעם שטיין פון סקאן.