ⓘ דער בלאט. נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד, האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו ..

                                     

ⓘ דער בלאט

נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד, האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.

מיטן גרינדונג פון ״דער בלאט״ האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען.

זיי האבן געלייגט א דגוש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו באשרייבן קליינע חסידותן און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. אויך האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.

                                     

1. אייגענטום

דער אייגענטימער פון דער בלאט איז א יונגערמאן אלימלך דייטש, אן איידעם ביים בארימטן זאמלער ר דוד לייב גרינפעלד און פון די נאנטע מענטשן צום סאטמארער רבין ר אהרן טייטלבוים שליט"א. דער רעדאקטאר איז שמואל ווידער.

דער בלאטס אידעאלאגיע איז ווי מער אינטערעסאנטער אןן ציענד, פארשטייט זיך אז זיי קענען נישט מוותר זיין אויף קנאות, און אז נישט, כאטש צולייגן אביסל טועמיה מיט פעפער, למשל, מציצה בפה האט זיך אסאך מאל געטראפֿן איהר פלאץ אויף די פֿאדערשטע זייטן צולייגט אז סהאט זיך געדאכט ווי א ערוואקסענער מאגאזין, די געמישטע שווים-באסיין באשריבן בכלומרשט אלץ "עטרת אברהם" און נאך. דראמאטישע פארזעצונגען, טשיקאווע געשיכטעס און ווי מער אויפרייסעריש.

און מיט דעם איז עס אנדערש ווי אלע היינטיגע צייטונגען וואס די נייעס איז נאר א מיטל איינצוהאנדלען שטיצע פאר זייער באס אדער אידעאלאגיע ווען סאיז נויטיג.

לעצטנס האבן זיי נאכקאפירט דעם "איד" און אויך אנגעהויבן צוטיילן די צייטונג אויף מערערע אפטיילונגען. צוערשט האבן זיי אפגעטיילט די בילדער, דערנאך האט מען געמאכט אן אפטיילונג פון אינטרעסאנטע ארטיקלען מיטן נאמען "דער אוצר". און שפעטער האבן זיי אויך אפגעטיילט אלע ציבורישע נייעסן - פון פארשידענע קהילות און מוסדות - פונעם הויפט בלאט, אונטערן נאמען "ציבור".

אין די זומער וואכן ווען דער עולם איז אין די קעטסקילס, פארמאגן זיי א באזונדערע ביילאגע גערופן "זומער אפטיילונג".