ⓘ בני יואל זענען סאטמארער חסידים, וואס וואוינען בעיקר אין קרית יואל, וואס נאך דער פטירה פון ערשטן סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים, האבן זיי נישט געוואלט זיך אונט ..

                                     

ⓘ בני יואל

בני יואל זענען סאטמארער חסידים, וואס וואוינען בעיקר אין קרית יואל, וואס נאך דער פטירה פון ערשטן סאטמארער רבין רבי יואל טייטלבוים, האבן זיי נישט געוואלט זיך אונטערווארפן זיין נאכפאלגער דער ברך משה זי"ע. היינט צוטאגס אנערקענען רוב פון זיי יא דעם רבין ר זלמן לייב טייטלבוים אלס סאטמארער רבי.

                                     

1. היסטאריע

כאטש זיי זענען פון דעם ערשטן מינוט פון דער פטירה פון רבי יואל טייטלבוים נישט געווען קיין חסידים פון דעם נייעם ממלא מקום, האבן זיי זיך אייגענטליך נישט זיך געטיילט פון סאטמאר, אסאך פון די בני יואל זענען יא נאכגעגאנגען נאך דעם נייעם ממלא מקום, אבער זיי האבן נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין ממלא מקום, נאר ווען זיי האבן געשפירט אז מען צווינגט זיי צו זיין חסידים פונעם ברך משה און פון זיין זון רבי אהרן טייטלבוים, דאן האבן זיי זיך געטיילט.

די בני יואל טענהן אז געשען איז עס ווען עס איז געקומען צו א מצב אין קרית יואל אז ווער עס איז א סאטמארער חסיד מוז זיין א חסיד פונעם ברך משה, אדער האט ער א ברירה אוועק צו ציען פון קרית יואל, דאס הייסט כאטש עס זענען געווען קעגענערס אין סאטמארער קהילה אין אנדערע שטעט נישט בלויז אין קרית יואל, אבער איבעראל איז אזוי געווען אז ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געהאט א ברירה אוועק צו גיין פון דעם בית המדרש פון סאטמאר און ווערן א צווייטער חסיד, אבער אין קרית יואל, ספעציעל נאך דעם וואס דער ברך משה האט געמאכט זיין זיהן רבי אהרן רב אין שטאט, האט מען נישט געקענט גיין ערגץ אנדערש, די צענטראלע קהילת אין קרית יואל האט נישט געלאזט עפענען קיין בתי מדרשים, און נישט קיין תלמידי תורות, און נישט קיין ישיבות, יעדער איינוואונער פון קרית יואל האט געמזוט דאווענען אין א בית המדרדש וואס איז אונטער דאס חסידות פונעם ברך משה, ער האט געמוזט שיקן זיינע קינדער אין די צענטראלע תלמוד תורה וואו דער ברך משה מיט זיין זיהן רבי אהרן זענען געווען פולשטענדיגע בעלי בתים, און מען האט דארט געלערנט אז דער ברך משה און זיין זיהן זענען די ריכטיגע פארטרעטערס פון רבי יואל טייטלבוים, אט דאס האבן אסאך איינוואונערס נישט געוואלט אננעמען, זיי האבן געוואלט דאווענען און שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו נישט רבי אהרן טייֿטלבוים איז דער ווארט זאגער פאר די חינוך פון זייערע קינדער.

פון די אנדערע זייט טענהן די חסידים פון ברך משה אז למעשה איז די סאטמארער שטעטל געגרינדעט געווארן על דעת זה אז עס זאל געפירט ווערן פון איין קהלה און איין רב, און אלע איינוואוינער זאל זיין סרים למשמעותו, וואס דאס פונקטליך איז דאך געווען די ציל פונעם אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, זיין ציל איז געווען זיך צו אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו סאיז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות, און איש כל הישר בעניו יעשה, נאר ענדערש האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל, אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע, ווי איין רב איז געווען דער מרא דאתרא פון די גאנצע שטאט, און אויך ווי מען זעהט די געציילטע חסידישע שטעטליך אין ניו יארק און קאנאדא, ווי למשל סקווירא, טאהש, קאשוי, וכדומה, איז דארט קיינעם בייגאפאלן צו טענהן הלמאי איך קען נישט עפענען א שפלינטער קהלה און טאהש, וכדומה, ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי נאר עס עפענט זיך א שפלינטער קהלה אין די שטעטל, איז דער גאנצער רעיון פון א שטעטל וואס דער אלטער רבי האט געשטרעבט איז אינגענצליך בטול, ווייל עס איז ווייטער איש כל הישר בענין יעשה, ומה הועילו חכמים בתקנתם. דעריבער האט די קהלה פירער פון קרית יואל געהאלטן אז די מרידה פון בני יואל איז געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, און א דירעקטע הירוס קעגן איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון דער אלטער רבי וואס ער האט געגרינדעט דאס שטעטל בשארית כוחותיו.

די בני יואל זאגן אז עס איז נישט ריכטיג, נאר די שיטה פון סאטמאר איז אייביג געווען אויב ביסטו אפגעהיטן פון ציונות און גייסט אין גאנג פון וואס סאטמאר האט געלערנט און מברר געווען לויט די הלכה, נישט מער.

זייער כוונה איז נישט געווען צו זיין קיין מחוצפים און פורק עול זיין פונעם מרא דאתרא, פארקערט גאר זיי זענען גרייט געווען אלעס צו פאלגן, נאר מען זאל זיין לאזן דאווענען ווי זיי ווילן, און מען זאל זיי לאזן שיקרן די קינדער אין זייער חדר, זיין האבן געשריבן קלאהרע בריוו פאר יעדן, מיט וועלן פאלגן אלעס, נאר מיר ווילן נישט זיין קיין "חסידים" פון ר אהרן ט"ב, וואס דאס איז מותר עפ"י תורה און עס איז א נארמאלע זאך אז מענטש איז זיך נישט מחויב צו לאזן צווינגען א חסיד זיין פון א רבי וואס ער גלייכט נישט, אבער וויבאלד דער ברך משה און זיין קינד האבן נישט מסכים געווען נאר געפייניגט די חברי בני יואל, איז ארויס געקומען אז דאס גאנצע שטעטל האט זיך צוטיילט אויף צוויי אדער אויף דריי.

                                     

2. אייגענע מוסדות

למעשה אום ט"ו בשבט התשמ"ט האבן זיי געעפנט אייגענע מוסדות אין קרית יואל מיטן נאמען "בני יואל" וואס האט ארויסגרופן א גרויס שטורעם אין דער סאטמארער וועלט, און א קייט פון נאכאנאנדיגע שלעגערייען און דראמאטישע קאנפליקטן, וואס איז באריכטעט געווארן איבער דער סאטמארער וועלט, און אין די לאקאלע פרעסע נאכאנאנד איבער די געשלעגן וואס זענען געווען אין געריכטס און אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע.

                                     

2.1. אייגענע מוסדות תלמוד תורה

"בני יואל" האט זיך אויפגעמאכט מיט א חדר פון זעקס קינדער, פילע האבן שפעקולירט אז דאס גייט נישט האבן קיין קיום און עס וועט זיך שפארן, ווארשיינליך צוליב די שטארק געוואגטע אימביציע זיך צו ארויסשטעלן קעגן די גאנצע מאשין פון די עטעבילירטע סאטמארער קהילה, אבער למעשה איז דאך נישט יד ישראל תקופה, און די פירער האט מיט עקשנות, און לעגאלע מאנעווערס דורכגעשוויצט אלע שטרויכלונגען מצד די צענטראלע קהלה, און די מוסדות בני יואל האט היינט איבער צוויי טויזענט קינדער, א שטאב פון 150 איינגעשטעלטע מחנכים און מחכנות.

אלס א רעזולטאט, געפינען זיך היינט צו טאג בתי מדרשים אין קרית יואל וואס טוען נישט אנערקענען אין דער הנהגה פון דער צענטראלער קהילה און איר שטאטס רב. א גרויסער טייל פון די בתי מדרשים, זענען בעצם אלע בני יואל שולן ווייל היות בני יואל האט נישט קיין אייגענע בתי מדרשים מיטן נאמען "בית המדרש קהל בני יואל", האבן זיי ענדערש קליינע בתי מדרשים ציזייט אין קרית יואל אונטער פארשידענע נעמען, צום ביישפיל, בית אלטא פייגא, חרדים, בית קויפמאן, שארמאש, טשאטה, באדאישל, דאס זענען אלע סיי די מתפללים און סיי די רבנים מיטגלידער און מנהיגים פון בני יואל. ‏

אין די צייטונגען וואס געהערן פאר רבי אהרן ווי "דער בלאט", "דער בולעטין" און "דער זשורנאל", ווערט נישט דערמאנט קיין איינע פון די אויבענדערמאנטע קהילות, און אויך נישט די נייעס וואס דארט קומט פאר, עס קען זיך דוכטן אז עס עקזיסטירט נישט אין קרית יואל נאר די פארטיי פון רבי אהרן, ווען אין אמתן איז דארט דא נאך אפאר טויזנט משפחות, ביי די וואלן וואס עס קומט פאר אין קרית יואל זענען די שטימל צוטיילט אויף צוויי. העלפט וויילט פאר ר אהרן און זיין פארטיי, די צווייטע העלפן פאר דעם צד שכנגד.



                                     

3. די קהילה

די חברה בני יואל האבן היינט צו טאג אין קרית יואל א פולשטענדיגע קהילה וואס עקזיסטירט אויסער די ראמען פון ר אהרןס קהילה, דאס הייסט זיי האבן אלע סארט צוגעהערן וואס א קהילה דארף האבן. זיי האבן א בית החיים, בתי מדרשים אין אלע ווינקלעך פון שטאט, א יאטקע, א מצה בעקעריי, א יינגל חדר, א מיידעל שולע, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה, א מקוה טהרה, התאחדות אברכים. זיי האבן רבנים און דיינים, מו"צ וואס פסקענען שאלות פאר זיי, און זאַלן פאר שמחות.

ווי אויך פארמאגן זיי א פארכטפולער נייער חתונה זאל, וואס מיט דעם איז שוין די קהלה יעצט גענצליך אומאפהענגיג פון סיי וועמען, און זיי האבן שוין פון געבוירן ביזן שטארבן אלעס אליינס, אזוי אז די קהלה האט זיך אנגעהויבן אויך אויסצושפרייטן אין אנדערע אידישע געגנטער, צ.ב.ש. אין וויליאמבורג האט זיך געפענט א כולל בוקר פאר איגעלייט וואס זענען תלמידים פון די מוסדות וואס זייער גורל איז אויסגעפאלן צו וואוינען אין וויליאמסבורג.

אזוי אויך אין זייערע פוסטריט עפענען די קאנטער קהל ייטב לב, וואס האבן זיך אנפאנג גערופן קהל ויואל משה, אויך אויף א חתונה זאל און זייער תלמוד תורה בנין וואס געפונט זיך אויף לארקין דר. נאנט צו קרית יואל.

די מיטגלידער פון דער קהילה ציילן זיך צו פינף הונדערט ראשי משפחות.

עס פלעגט צו זיין אין מאנרא אז געוויסע רביס און גוטע אידן וואס האבן געוואלט פראווען זעלבסטשטענדיגע שבתים אין קרית יואל, האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אינגאנצן קומען, ווייל זיי האבן נישט געוואלט זיך איינרייסן מיט דער שטאטישער קהילה, אבער זייט די בני יואל עקזיסטירט, קומען אסאך רביים און גוטע אידן קיין קרית יואל, און מען קען זיך וועלן וואו צו גיין.

                                     

4. חתונה זאל

אזוי ווי די בני יואל אידן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין זאל אין קרית יואל וואו צו מאכן חתונה אן צו מוזן נעמען רבי אהרן טייטלבוים פאר מסדר קידושין, האבן זיי זיך געבויעט א אייגן חתונה זאל, הארט אינדרויסן פון די שטעטל. דאס האט ארויסגעברענגט א גרויסע מהומה אין קרית יואל, ווייל די צענטראלע קהילה האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די אנגענומענע אלטע תקנה אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קידושין אין א פרעמדער שטאט אן רשות פונעם מרא דאתרא. נאטורליך האבן כמעט אלע רבנים וואס געהערן צו רבי אהרןס קאנקורענץ - רבי זלמן לייב - מתיר געווען חתונה מאכן דארט, ווי למשל רבי אברהם לייטנער, פון די ערשטע אפענע שטיצער פון בני יואל, און רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן דער ראב"ד פון סאטמאר מהרז"ל - וויליאמסבורג, און דער גאנצער וויליאמסבורג־סאטמארער מהרז"ל בית דין רבי שלמה לייב וויינבערגער פאיעער רב, רבי זלמן לייב פילאפ. ווי אויך די אויסגעשפראכענע בני יואל רבנים, רבי יואל מארגענשטערן שארמאשער רב, רבי מאיר יהודא טענענבוים טשאטעהר רב, רבי מנשה פילאפ חבר בית הוראה פון וויליאמסבורג.

אויך האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען פילע רבנים וואס זענען היסטאריש סימפאטיק פאר בני יואל, ווי למשל, דער קאשויער רב, רבי אליעזר חיים בלום און זיין ברודער רבי שמחה ישראל בלום, שאפראנער רב, און הרב משה דוב קויפמאן, ראה"כ פון דרך החיים.

פון רבי אהרןס רבנים האט קיינער זיך געקימערט צו עמטליך נעמען א שטעלונג נאר איבערגעלאזט אלץ פארן ארגינעלן קרית יואלן דיין רבי געציל בערקאוויטש, וואס שטעלט זיך שטענדיג צו רבי אהרןס קהילה, ער האט ברבים און בכתב געאסרט דאס סידור קידושין.

פאר א שיינע שטיק צייט פלעגן די בני יואל יודן דארטן חתונה מאכן, היינט צוטאגס, מאכן שוין די בני יואל אידן און זייערע סימפאטיקער דארט פיל ווייניגער חתונות, וואס די אלגעמיינע מסדרי קידושין זענען שארמאשער רב, טשאטהער רב, און רבי זלמן לייב טייטלבוים, סאטמארער רבי, און געוויסע פעלער האבן מסדר קידושין געווען מעסיגע רבנים נאכן אפנעמען רשות פון רבי אהרן.