ⓘ מוזיק זשאנערס ..

חסידישע מוזיק

חסידישע מוזיק איז אזעלכע מוזיק וואס ווערט געזונגען אין רבישע הויפן און אין אלגעמיין ביי די פרומע קרײַזן, וואס בדרך כלל ווערן זיי געזונגען מיט הייליגע ווערטער פון הייליגע ספרים, ווי תנ"ך, גמרא, מדרשים א.א.וו. די הויפט קינסטלער פון חסידישע מוזיק היינט זענען חיים באנעט, יוסף משה כהנא, ירמיה דאמען און בן-ציון שענקער. אפילו מען רופט דעם זשאנער חסידישע מוזיק, מוז עס נישט זײַן געזונגען נאר ביי די חסידישע קרײַזן. נאָר הײַנט איז אײַנגעפירט רופן אלערליי מאָדערנע פרומע מוזיק - "חסידישע מוזיק". ווארשיינליך אַלס די פּאָפּאָלאַרישע מוזיק וואס ווערן געזונגען דורך יעקב שוועקי, אברהם פריעד און מרדכי בן דוד ...

מאריאטשי

מאַריאַטשי איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון כאליסקא פראווינץ אין במערב מעקסיקא. מוזיק פון דער זשאנער שליסט איין סטרונע אינסטרומענטן און איז באאיינפלוסט פון דער היסטארישער און קולטורערלער אנטוויקלונג פון מערב מעקסיקע. דורכאויס דער היסטאריע פון מאריאטשי, האבן מוזיקאנטן עקספערימענטירט מיט בלאז אינסטרומענטן און שלאג-אינסטרומענטן. דערצו האבן סאציא־היסטארישע פֿאקטארן געהאט א השפעה אויפן רעפערטואר פון דער מוזיק און אויך אויף דער עוואלוציע פון דער קליידונג. א מאריאטשי טרופע איז נארמאל צוזאמענגעשטעלט פון פידלען, טרומייטן, קלאסישן גיטאר, וויאלע און א באס גיטאר. די שפילער זענען אלע אנגעטון גלייך מיט ...

קומזיץ

קומזיץ איז א שניט פון זינגען וואס קומט באגלייט מיט לייכע אינסטרומענטן - געעווענליך א גיטאר און א האנט פויק. דאס ווארט איז צוזאמגעשטעלט פון די צוויי יודישע ווערטער קום און זינג. דעם קומזיצערס שטימע, מוזיק און מהלך אין זינגען לויפט אויף אזא אופן, וואס מוטיגט די אנוועזנדע זיך צוצוזעצן און מיטזינגען. דערפאר ווען מרעדט פון א קומזיץ ניגון באציהט מען זיך צו א רואיגע, ווארעמע, התעוררותדיגע, פאמעליכע און לייכטע מארשן און ניגונים וואס איז געאייגנט צו זינגען א גרופע מענטשן אינאיינעם. געווענליך איז עס ביי א מסיבה פארברענג מיט לייכטע צובייס און געטראנקען אדער אויפן גאס ארום א פייער.

רעגיי

רעגיי איז א זשאנער פון מוזיק פון דזשאמייקע. טייל רופן אלע מוזיק פון דזשאמייקע רעגיי. רעגיי האט אנגעהויבן אין די סוף 1960ער יארן. אין רעגיי קלאפט דער באס פויק ביי יעדן צווייטן און פערטן טאקט. די מערסטע געניצטע אינסטרומענטן אין רעגיי זענען פויקן, גיטאר, סאקסאפאן, טרומייט און טראמבאן. ראסטאפארי גרופעס אפטמאל שפילן רעגיי צו זינגען רעליגיעזע געזאנגען. די ערשטע רעגיי זינגער זענען געוואן באב מארלי, פיטער טאש און באני וויילער. רעגיי האט געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם פאראייניגטן קעניגרייך אין די סוף 1970ער יארן. רעגיי ווערט געשפילט היינט אין דרום אמעריקע, ענגלאנד, איסלאנד, פוילן, דרום אפריקע און די ...

                                     

ⓘ מוזיק זשאנערס

  • געוויסער טראדיציע. צווישן די מערסט באקאנטע מוזיק זשאנערס זענען: קלאסיש ראק בלוז דזשעז קאנטערי היפ האפ ביי יידישער מוזיק איז פאראן: חזנות חסידיש דביקות וויקימעדיע
  • חסידישע מוזיק איז אזעלכע מוזיק וואס ווערט געזונגען אין רבישע הויפן און אין אלגעמיין ביי די פרומע קרײ זן, וואס בדרך כלל ווערן זיי געזונגען מיט הייליגע ווערטער
  • אייגענע סיסטעמען פון מוזיק נאטאציע, ווי אויך מוזיק אינסטרומענטן און סטילן מוזיק זשאנערס כינעזישע מוזיק איז פאנטאטאניש דיאטאניש, מיט א סקאלע פון צוועלף
  • ראק איז א מוזיק זשאנער וואס ווערט געשפילט שטארק באמבאדיריש און אומרוהיג. דאס האט זיך אנגעהויבן אין די 1940ער און 1950ער יארן, און האט זיך אנטוויקלט פון
  • פארשידענע מוזיק זשאנערס ווי סאויל, סקא, זשעז, און ריזעם ענד בלו. אירע ערשטע אלבאם Frank איז געווען א סוקסעס ביי פארקויפינגען און אויך ביי מוזיק קריטיקירער
  • ענגלאנד צייגט אז די וואס הערן קלאסישע מוזיק נייטען מער צו באקומען טרעפיק טיקעטס ווי די וואס הערן אנדערע זשאנערס אזוי אויך צייגט די שטודיע אז האלב פון
  • דזשעז איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. דזשעז האט עלעמענטן פון אפריקאנער אמעריקאנער מוזיק און אייראפעאישער מוזיק די אינסטרומענטן
  • איז א מוזיק זשאנער וואס האט אנגעהויבן אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט. די ערשטע צו זינגען און שאפן מוזיק אין דעם
  • קאנטערי מוזיק ענגליש: Country music איז א געמיש פון טראדיצאנאלע און פאפולער מוזיק עס שטאמט פון די דרום פאראייניגטע שטאטן און געוויסע פראווינצן אין
  • מא ריא טשי שפאניש: Mariachi איז א מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון כאליסקא פראווינץ אין במערב מעקסיקא. מוזיק פון דער זשאנער שליסט איין סטרונע אינסטרומענטן
  • רעגיי ענגליש: Reggae איז א זשאנער פון מוזיק פון דזשאמייקע. טייל רופן אלע מוזיק פון דזשאמייקע רעגיי. רעגיי האט אנגעהויבן אין די סוף 1960ער יארן. אין רעגיי
  • די לענדער פון דרום אמעריקע האבן א רייכע פארשיידנקייט פון מוזיק צווישן די מערסט בארימטע זשאנערס זענען וואלענאטא פון קאלאמביע, סאמבע און באסא נאווא פון בראזיל
                                     

סאמבע

סאַמבע איז א טאנץ און מוזיק זשאנער וואס שטאמט פון בראזיל, וואו זי האט אנגעהויבן אין די 1920ער יארן. ארום דער גארער וועלט ווערט די סאמבע אנערקענט ווי דער סימבאל פון בראזיל. די סאמבע ווערט געשפילט אין בראזיל ביי די קארניוואלן. די אינסטרומענטן וואס מען שפילט ביי א סאמבער זענען פויקן און גלאקן, אויך אן אפיטא פייף ביים אנהייב פון יעדן פאל. דער סאמבע זשאנער איז געקומען אריגינעל פון אפריקע, ספעציעל פון אנגאלא און קאנגא, דורך דעם מערב־אפריקע שקלאפן האנדל.

                                     

עלעקטרא

עלעקטרא איז א זשאנער פון עלעקטראנישער מוזיק באאיינפלוסט דורך עלעקטראנישע אינסטרומענטן. רעקרארדן פון דעם זשאנער זענען געווענליך כולל פויק מאשינערייען און שווערע עלעקטראנישע גערודער אן מענטשליכע קולות בדרך כלל.

                                     

קאנטערי

קאנטערי מוזיק איז א געמיש פון טראדיצאנאלע און פאפולער מוזיק, עס שטאמט פון די דרום פאראייניגטע שטאטן און געוויסע פראווינצן אין מזרח קאנאדע, עס האט זיך אנטוויקלט אין די 1920. עלוויס פרעסלי פלעגט זינגען קאנטערי מוזיק. די פארקויפענוג פון קאנטערי מוזיק איז געשטיגן מיט איבער 17 פראצענט אין 2006, 36 מיליאן אלבאמס האבן זיך פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן. אין יעדע וואך איז דא איבער 77 מיליאן צוהערער אויף קאנטערי מוזיק ראדיא סטאנציעס אין די פאראייניגטע שטאטן.

                                     

ראק און ראל

ראק און ראל איז א מוזיקאלישע סטייל וואס האט זיך אנטוויקעלט אין די פופציגער יארן אין אמעריקע, און פונדעם האט זיך אנטוויקלט די ראק סטיל אין די זעכציגער יארן. עס האט זיך אנגעהויבן פון די אנטוויקלונג פון עלעקטראנישע מוזיקאלישע אונסטרעמענטן ווי אן עלעקטראנישע גיטאר. דער סטייל איז קורצע שנעלע לעבעדיגע לידער. דעמאלסט האט זיך אנגעהויבן די פארשפרייטונג פון מוזיק דורך קאסעטעס און אזוי איז ראק און ראל געווארן פאפולער ביי די מאסן. עלוויס פרעסלי ווערט באטראכט אלץ דער "קעניג פון ראק און ראל".

                                     

ראק מוזיק

ראק איז א מוזיק זשאנער וואס ווערט געשפילט שטארק באמבאדיריש און אומרוהיג. דאס האט זיך אנגעהויבן אין די 1940ער און 1950ער יארן, און האט זיך אנטוויקלט פון די 1960ער יארן אינעם פאראייניגטן קעניגרייך און די פאראייניקטע שטאטן. מען שפילט עס מיט אן עלעקטרישער גיטאר, צוזאמען מיט א קאנטראבאס גיטאר און פויקן. געוויינטלעך האט א ראק קאפעלע פיר מוזיקאנטן. די באקאנטע ראק מוזיקאנטן זענען באב דילן און די ביטלס.

                                     

שלעגער

שלעגער איז א פאפולערער סטיל פון מוזיק אויפגעכאפט אין צפון אייראפע, ווי דייטשלאנד, שווייץ און עסטרייך. א טיפישער שלעגער הימנע איז זיס, ווייעך און זייער פשוט, די ליריקס ענהאלט ליבע און נונטשאפט.