ⓘ ישראלדיקע זינגערס ..

אברהם טל

אברהם טל איז א ישראלדיקער זינגער. ער איז צום ערשטן מאל באקאנט געווארן אין דער שוטי הנבואה טרופע, דארט איז ער געווען א זינגער צווישן די יארן 2000 ביז איר דערונטערגאנג אינעם יאר 2007. פון זיינע באוווּסטע ניגונים זײַנען "מי" און "קול גלגל". זיין ערשטע סאליסטקע איז געווען "אדם צובר זיכרונות" וואס ער האט געשאפן פארן פראיעקט עבודה עברית, א פראיעקט צו באנייען אלטע העברעישע ניגונים ביי דער פייערונג פון 60 יאר צו מדינת ישראל. אויך איז דער ניגון איינגראדירט געווארן אויף דער צווייטער ארט ביים העברעישן יערליכן הייסן פאראד פון גלגלץ צום יאר התשס"ח. סעפטעמבער 2008 האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטע אלבאם אונ ...

חיים אדלער

אדלער איז געבוירן אין תל אביב צו זיין פאטער צבי אדלער, א מתפלל אין דער גרויסער שול אין תל אביב. אלס יינגל פלעג ער זינגען אין דעם כאר קאפעלע פון שלמה ראוויץ. ער האט זיך אויסגעלערנט חזנות ביים חזן לייב גלאנץ. אדלער האט געלערנט אין דער חברונער ישיבה. ער האט חתונה געהאט מיט שושנה העלפגאט די מומע פונעם חזן יצחק מאיר העלפגאט. ער איז א גערער חסיד. ער איז געווען חזן אין דער איחוד שיבת ציון שול אין תל אביב, אין דער יונגער ישראל שול אין פארעסט הילס אין ניו יארק סיטי, און הויפט חזן אין דער גרויסער שול אין תל אביב. אין תשס"ט איז ער באשטימט געווארן הויפט חזן אין דער גרויסער שול אין ירושלים, נאך דעם ווא ...

בנימין אונגאר

אונגאר איז געבוירן אין יאסלא, גאליציע אום ט"ז תשרי התרס"ח. זיין פאטער משה אונגאר איז געווען א משפחה מיט די זשאבנער רבין. אלס קינד האט ער געזינגען אין די כאר פונעם חזן עמנואל פרענקל אין דער פוילישער שול אין וויען. זינט די אכצן יאר האט ער געדאוונט פארן עמוד. ער האט אויך געלערנט חזנות ביים בארימטן חזן יהודה לייב מילער און ביים בארימטן קאמפאזיטאר און דיריגענט יוסף מילעט. ער האט עולה געווען קיין ישראל אין חודש תשרי תרצ"ט, וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס יושב ראש פון די ארגון החזנים און אלס חזן אין דער גרויסער שוהל אין תל אביב. ער האט איבערגעלאזט פילע רעקארדירונגען פון חזנות און חסידישע און ...

אריק איינשטיין

אַריק איינשטיין איז געווען א ישראלישער פאפולערער זינגער און אן אקטיאר פון די ישראלישע פילמען סלאח שבתי און מציצים. אין זיין יוגנט איז ער געווען א מייסטער פון הויכשפרונג אין מדינת ישראל. אין יאר התשכ"ו האט ער פראדוצירט זיין ערשטע טייפ מיטן נאמען "שר בשבילך" ער איז געשטארבן אין תל אביב, כ"ד כסלו התשע"ד.

חוה אלבערשטיין

חוה אלבערשטיין איז א פאפולערע ישראלדיקע זינגערין שוין איבער פערציק יאר. זי זינגט אויף יידיש, העברעיש און ענגליש.

באלקאן ביט באקס

באלקאן ביט באקס איז א מוזיקאלישע טרופע וואס שפילט צוזאמשטעל וועלטלעכע מוזיק, וואס ישראלדיקע מענטשן האבן געגרינדעט, וואס האבן זיך צופעליג באגעגנט אין ברוקלין, ניו יארק. תמיר מוסקאט און אורי קאפלאן, זענען די וואס האבן עס אויפגעשטעלט, און שפעטער זענען צוגעקומען נאך זינגערס, און קלעזמער. זייער מוזיק באשטייט פון ציגיינער מוזיק, ווי אויך באלקאן לענדער מוזיק, פאנק, און היפ האפ מוזיק. זייער ארבעט איז א געמישטע, און דערפאר האבן זיי זיך שיין ארויפגעארבעט, אין פארשיידענע ערטער ארום דער וועלט, זיי האבן אנגעפאנגען זינגען און אויפטרעטן אין אנהייב 2000 יארן, אין 2005 האבן זיי ארויסגעגעבן זייער ערשטע רעקא ...

                                     

קארין אלאל

קאָרין אַלאל איז אן ישראלדיקע ראק זינגערין, קאמפאזיטארין, מוזיק באארבעטערין און פראדוצערין, שפילערין און ליריקערין. זי האט געשריבן און געזאנגען א סאך לידער צוזאמען מיט באקאנטע ישראלדיקע זינגערס.

                                     

אתי אנקרי

אסתר "עטי" אַנקרי איז אן ישראלדיקע זינגערין-לידער שרייבערין. זי איז געוועזן א "פרוי זינגערין פונעם יאר" אין ישראל, און האט אויך אויפגעטראטן אין די פאראייניקטע שטאטן, ענגלאנד און אינדיע. זי האט ארויסגעגעבן און געזינגען אסאך לידער אין ישראל צווישן זיי דעם אלבאם "רואה לך בעיניים", "קראת לי אסתר", און נאך. פון די וואס איז גאר אויפגעכאפט איז דער אלבאם "בשירי רבי יהודה הלוי".

                                     

דאנא אינטערנאשיאנאל

דאַנאַ אינטערנאַשיאָנאַל איז דער טריבונע נאמען פון שרון כהן, אַן ישראלדיקע זינגערין. זי איז געבױרן געװארן אין תל אביב אלס א מאַן מיטן נאמען ירון כהן דעם 2טן פעברואר 1972 און שפעטער זיך געלאזט אפערירן צו ווערן א פרוי.

                                     

הדג נחש

הדג נחש איז א ישראלישע היפ האפ טרופע פון זיבן מיטגלידער וואס איז געגרינדעט געווארן אינעם יאר 1996 אין ירושלים, רוב פון אירע לידער זיינען פראטעסט־לידער.

                                     

מזי כהן

מזי כהן איז א באקאנטע זינגערין אין מדינת ישראל. זי האט געזינגען אויף אסאך אלבאמען און מיט אסאך שפילער און זינגער. און אויך לידער פון דזשעז אויף ענגליש. איהר ערשטער אלבאם "מזי כהן" האט זי ארויס געגעבן אין יאר 1987 מיט אירע שותפים רני ערן און איתי גרדון. שפעטער אין יאר 1992 האט זיך ארויס געגעבן איר באקאנטן אלבאם "מעברים". איר מאן איז יושי שדה.

                                     

בועז מעודה

בועז מעודה איז א ישראלדיקער זינגער. ער איז באוווּסט געווארן דורך דער ערשטער סעזאן פונעם פאפולערע פארמעסט־טעלעוויזיע פראגראם "כוכב נולד" אינעם יאר 2007 אין ישראל.

                                     

דזשאקי מעקייטן

פלאָפּפּי דיסק מיט די לידער "עם חץ בלב" ו"אני זועק" - 1976 "גקי מקייטן - במיטב שירי החפלה" - 1981 "שובר הלבבות" - 1985 "הקסם השחור" - 1982 "בלב שמח" - 1984 "נקודת מוצא" - 1986 "שיר הפטוט" - 1989 "המענטזת" - 1983 "האמונה" - 1992 "התגשמות" - 1988 "גקי מקייטן לילדים" - 1986

                                     

בערי סאכאראוו

בערי סאכאראוו איז אן ישראלדיקער ראק זינגער. ער מיט רמי פורטיס האבן אויפגעשטעלט א מוזיק-קאמפאזיציע מיטן נאמען פורטיסחרוף.

                                     

יונתן שיינפעלד

יונתן שיינפעלד איז א ישראלדיקער זינגער. ער איז געבוירן אין בני ברק אין יאר תשנ"ו. ביי די אכט יאר האט ער אנגעהויבן זינגען אין די כאר פון "קינדערלאך", און דערנאך איז ער געווארן אליינס א באזונדערע פאפולערער זינגער. במשך די יארן האט ער שוין געזונגען מיט אסאך בארימטע חסידישע זינגער: מרדכי בן דוד, אברהם פריד, ליפא שמעלצער, שוועקי, אפרים מענדלסאן, אוהד מאשקאוויטש און ישי לפידות. ביים העסק קאנצערט אין 2011 האט ער געזונגען צוזאמען מיט אוהד מאשקאוויטש.