ⓘ מנחם מענדל בייליסכה. אין קורצן פון פריער: מען פירט ר מענדל צום בית המשפט, באגלייט מיט א ריזיגע מיליטערישע שטאב. אין בית המשפט טרעפט ער זיך צום ערשטן מאל מיט איי ..

                                     

ⓘ מנחם מענדל בייליס/כה

אין קורצן פון פריער: מען פירט ר מענדל צום בית המשפט, באגלייט מיט א ריזיגע מיליטערישע שטאב. אין בית המשפט טרעפט ער זיך צום ערשטן מאל מיט איינער פון זיינע אדוואקאטן מיטן נאמען קאראבטשעווסקי. ווען ר מענדל בעט עם אויב ער קען ערלעדיגן עפעס צו עסן פאר עם, גיט ער איבער די בקשה צום גענעראל - דער הויפט ממונה אויף דער שמירה פון ר מענדל.

"דער משפט גייט זיך באלד אנפאנגען און עס וועט זיין לאנג און מיין קליענט וועט ווערן זייער אפגעשוואכט, ער מוז האבן אלע כח וואס איז נאר מעגליך. דאס איז אן ערנסטע זאך". אזוי ווענדעט זיך קאראבטשעווסקי צום ממונה, נאך יענער זאגט אז ער קען נישט ערפילן זיין בקשה. "אויב וועט איר נישט אויספירן וואס מיר האבן געבעטן, וועל איך מוזן מוחה זיין אויף דעם ברבים בשעתן משפט. מיר קענען נישט צולאזן אז א מענשט ווי בייליס זאל זיין א קרבן צו אזא מין אויפגעפירעכץ".

די רייד פון מר קאראבטשעווסקי האבן געמאכט א שטארקן רושם אויפן גענעראל. ער האט באלד געכאפט אז דא האט ער נישט א געשעפט מיטן ייד בייליס, נאר מיטן באוואוסטן רוסישן אדוואקאט קאראבטשעווסקי. דאס סטראשע זיינע מוחה צו זיין ברבים איז אויך נישט עפעס אוועק צו מאכן אזוי גרינג. דער גענעראל האט באלד געבעטן אפאר מינוט זיך דורכרעדן מיט זיינע ממונים. זעט אויס די שאלה איז נישט אזוי פשוט. ווען ער איז צוריק האט ער מודיע געווען אז די ריכטיגע מענטשן האבן מחליט געווען צוצולאזן צו געבן ר מענדל צו עסן.:גוט! מר בייליס!" זאגט קאראבטשעווסקי מיט א צופרינדהייט, אויב עס איז דא נאך עפעס וואס דו ווילסט, דארפסטו נאר אונז וויסן לאזן. זיי זיכער אז מיר וועלן טון וואס עס איז נאר מעגליך דיר צו העלפן. איר זאלט נאר נישט הייבן הענט מיט יאוש. אחרי ככלות הכל וויסטו אז די וועלכע האבן דיר איינגעשפארט זענען נישט די געוועלטיגער אויף דיין גורל. דו ביסט אין די הענט פון די באשעפער. מיינע חברים און איך ווילן זייער זען א גוטע תוצאה פון דעם משפט. מיר דאווענען צום באשעפער אז אזעלכע משפטים זאלן מער נישט פארקומען אין רוסלאנד, און עס וועט צוריקגעהאלטן ווערן די בושה פון אונזער באליבטן לאנד. וויבאלד אבער מיר דארפן געווינען דעם דאזיגן משפט, וויל איך אז איר זאלט וויסן: מיר פילן אז עס איז אונז א כבוד צו העלפן אויפדעקן די שקר פון די נארישע שולד קעגן דיר. דו וועסט אליינס זען, דאס אמת וועט זיגן! איך מוז יעצט גיין, אבער מיר וועלן זיך נאכאמאל באגעגענען. דאסוועדאניא!. אויב די באשוואוירענע וואלטן געווען אינטעליגענטע געלערנטע מענטשן, אזוי ווי ר מענדל האט זיך פארגעשטעלט, וואלט מען געקענט האפן אז זיי וועלן שוקל זיין די ראיות ווען עס קומט למעשה, און וועלן אוודאי זען דורך די אפענע שקרים. אבער מוזשיקן! זיי וועלן דאך נישט פארשטיין די ערשטע ווארט פון די אדוואקאטן! ווי גרינג איז עס פאר די הויכע פענסטערס צו באאיינפלוסן די פויערן אז דער יוד איז זייער שונא! אמת אז זיי זען פון די אנדערע זייט גרויסע חשובע אדוואקאטן, אבער דאס קען דאך יעדער דינגען פאר זיך און דאס מיינט גארנישט, פון די אנדערע זייט אבער זענען פארהאן אזעלכע חשובע מענטשן. גענעראלן, אנקלאגערס וכו פון די גרעסטע אין לאנד. די מוזשיקן זענען דאך די ערשטע וואס וועלן גלייבן אזא שטות אז יודן נוצן בלוט פאר מצות. אפשר גאר גלייבן זיי דאס שוין יעצט. די רוסישע תמימות איז באוויסט, ווי מער די זאך איז אפגעפרעגט גלייבט מען עס מער. ר מענדל האט געלייגט זיין בטחון אינם בורא עולם און געהאפט אויף גוטס.