ⓘ קירצונגען אין דער יידישער שפראך. עס איז פאראן דריי אופנים צו באצייכענען קירצונגען: גענדזנפיסלעך שטריכעלעך ביי ראשי־תיבותן אדער פאר יארן פון דעם יידישן לוח אַפּא ..

                                     

ⓘ קירצונגען אין דער יידישער שפראך

עס איז פאראן דריי אופנים צו באצייכענען קירצונגען:

  • גענדזנפיסלעך שטריכעלעך ביי ראשי־תיבותן אדער פאר יארן פון דעם יידישן לוח
  • אַפּאָסטראָף איין שטריכל ווען מען קירצט אן איינציק ווארט.
  • מיט איין פינטל באצייכנט מען פרט נעמען. מ. שומאכער אד"גל

באמערקונגען:

  • עס זיינען דא אזעלכע בעיקר ביי די חסידים וואס שרייבן פינטלעך אנשטאט שטריכלעך ביי יידישע ווערטער און שטריכלעך נאר ביי תנכישע ווערטער און ביי יארן.
  • ווערטער וואס זיינען שטארק אריין אין דער יידישער שפראך לייגט מען ניט קיין שטריכעלעך, ווי למשל: תנך, שס, ייווא אאז"וו.
                                     

1. א טיילווייזע רשימה פון װערטערבוך־קירצונגען אין דער יידישער שפראך

  • צ"וו - צאל ווארט שם מספר
  • בינדװ בינד ווארט מילת חיבור
  • פּרעפּ - פרעפיקס מילת יחס
  • פּראָנ - פראנאם כינוי השם
  • מ"צ - מערצאל רבים
  • אדוו - אדווערב תואר הפועל
  • וו - ווערב פועל
  • פּאַרט - פארטיקל מילית
  • אדי - אדיעקטיוו שם תואר