ⓘ דראמאטורגן ..

דראמאטורג

א דראַמאַטורג איז דער וואס שרייבט פארשטעלונגען צום טעאטער. פון די ערשטע ערקענטע דראַמאַטורגן זיינען די וואס האבן געפועלט אין אוראלט גריכנלאנד אין דעם 5טן י"ה פארן ציילן, ווי סאפֿאקלעס און אריסטאפֿאנעס. דער מערסט באקאנט דראמאטורג אויף דער ענגלישער שפראך איז געווען וויליאם שייקספיר.

הענריק איבסן

הענריק איבסן א נארוועגישער דראמאטורג, ער האט א סך משפיע געווען אויף דער מאדערנער רעאליסטישער דראמא. זיין ערשטע פארשטעלונג "קאטלינא" איז דערשינען געווארן אום התר"ח ; 1848 ווען ער איז געווען 20 יאר אלט.

ז. י. אנוכי

זלמן יצחק אַראָנסאָן איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליאַד דעמאלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע, איצט – אין באַשטאַנד פון דער וויטעבסקער געגנט פון ווײַסרוסלאַנד אין דער משפּחה פונעם אָרטיקן ראש-ישיבה ר אברהם אַראָנסאָן. דער קומענדיקער שרײַבער האָט זיך געלערנט אין ישיבות פון טעלז און סלאַבאָדקע. ער האָט דעביוטירט מיט אַ דערציילונג אויף העברעיִש אין 1903. דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן ייִדיש, אַרויסגעגעבן צוויי זאַמלונגען פון דערציילונגען אין 1909 און 1910. אין 1922 – 1924 האָט ז.אנכי געוווינט אין דײַטשלאַנד און אַרגענטינע. אין 1924 איז ער עולה געווען קיין ארץ-ישראל און ...

ישראל אקסנפעלד

ישראל אַקסנפעלד איז געווען אַ ייִדישער ראָמאַניסט און דראַמאַטורג, איינער פון די גרונטלייגער פון דער השכלה-ליטעראַטור אויף ייִדיש.

יעקב גארדין

יעקב מיכאַילאָװיטש גאָרדין איז געװען א ײדישער־אמעריקאנער דראמאטורג, געבוירן אין רוסלאנד. ער איז בעיקר באַרימט געװאָרן דורך זײנע פּיעסעס, אָבער ער האָט אױך געשריבן אַ סך ביכער.

איוואן גאל

איוואַן גאָל איז דער פסעוודאנים פון יצחק לאַנג, אַ צוויי-שפּראַכיקער דיכטער עקספּרעסיִאָניסט פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.