ⓘ חפץ חיים. דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן ‏ פון ראדין, איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין, פוילן, און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל. ער הא ..

                                     

ⓘ חפץ חיים

דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן ‏ פון ראדין, איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין, פוילן, און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל. ער האט פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה, וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער יידישער וועלט, און נאך א סך ספרים.

                                     

1. יונגע יארן

ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטע היינט בעלארוס, י"א שבט, התקצ"ט. ביי די צען יאר איז ער פאריתומט געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא. ווען ישראל מאיר איז געווען אלט 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף-שוועסטער.

ער איז געווען א תלמיד פֿון ר נחוםקע פֿון הורודנא.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין, א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע. שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק, ווילנער גובערניע; דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה, רבי יצחק הכהן קאפלאן. זיין געהאלט איז געווען 50 רובל א זמן.

א שטיק צײַט האט ער פֿארדינט זיין פרנסה פֿון א קלייט וואס ער האט געהאלטן, אבער שפעטער האט ער זי פֿארמאכט, זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פֿון די אנדערע סוחרים.

                                     

2. תורה און כלל-ארבעט

ער איז געווען פֿון די גדולי הדור און איז געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.

צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער "חפץ חיים" וועגן די דינים פֿון לשון הרע, רכילות און מוציא שם רע און "שמירת הלשון" (וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פֿון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס. ווי אויך "ליקוטי הלכות" אויף די מסכתות אין סדרים זרעים און קדשים וואס האבן נישט קיין רי"ף.

ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן "משנה ברורה" דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאמגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט, און געווידמעט זיין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן.

געווען א גרויסער עניו, און אליינס פארקויפט זיינע ספרים.

ער איז נפטר געווען אין ראדין אום כ"ד אלול התרצ"ג.

                                     

3. משפחה

פון זיין ערשטן זיווג:

  • אברהם – נפטר אין תרנ"ב, אין זיינע 20ער יארן.
  • שרה – ווייב פון הרב צבי הירש לעווינסאן, רעכטער האנט פונעם חפץ חיים אין דער ראדינער ישיבה
  • הרב אריה לייב הכהן פופקא
  • גיטל - ווייב פון הרב אהרן הכהן, מחבר הספר "עבודת הקרבנות".

פון זיין צווייטן זיווג:

  • הרב אהרן הכהן קאגאן – אין די 1940ער יארן איז ער געווען רב פון א שול אין מאנטרעאל, קאנאדע. אין 1945 איז ער אריבער קיין ניו יארק. נפטר אין תשי"ז. קיינמאל נישט חתונה געהאט.
  • הרב הלל זאקס, ראש ישיבה פון חברון און כנסת הגדולה
  • פייגא חיה – ווייב פון הרב מנחם מענדל זאקס.
                                     

4. ניו יארק טיימס ארטיקל

די ניו יארק טיימס צייטונג האט א טאג נאך דעם חפץ חייםס פטירה פארעפנטלעכט אן הספד אויף זייער הויפט זייט. צווישן אנדערע זאגן זיי אז ער איז געווען 105 יאר אלט.

                                     

הויפט זייט/כ"ד אלול

התשל"ו -נפטר געווארן הרב יחזקאל אברמסקי, מחבר פון "חזון יחזקאל" התרצ"ג - נפטר געווארן רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין דער "חפץ חיים" געב התקצ"ט התרל"ח - געבוירן רבי ישראל פרידמאן, באיאנער רבי אין לייפציג התקס"א – געבוירן רבי יוסף באב"ד, טארנאפאלער רב, מחבר פון "מנחת חינוך" אויף ספר החינוך התרל"ד – נפטר געווארן רבי יוסף באב"ד, טארנאפאלער רב, מחבר פון "מנחת חינוך" אויף ספר החינוך התרצ"ו - נפטר געווארן רבי דוב בער פרידמאן, טשארטקאווער רבי

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →