ⓘ טשערנאבל ..

טשערנאבילער גזע

טשערנאביל אין דער רוסלענדישער אימפעריע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל באקאנט אלס דער מאור עינים, דער גרינדער פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. עס איז באקאנט אז אין רוסלאנד און פוילן פאר דער ערשטער וועלט קריג זענען געווען מער ווי א האלב מיליאן חסידים וואס האבן אנבאלאנגט צו די הויפן פון דער טשערנאבילער גזע.

אברהם טווערסקי (טוריסק)

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר התקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס. ווען ער איז געווען אלט צוויי און א האלב יאר איז ער געפארן מיט זיין פאמיליע קיין ליאזני אויף א חתונה.

אברהם יהושע העשיל טווערסקי (לאיעוו)

רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן עשרה בטבת התר"ך צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי פון לאיעוו, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון לאיעוו, א זון פון הרב אהרן טווערסקי פון טשערנאביל, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים.

אהרן טווערסקי פון טשערנאביל

רבי אהרן איז נפטר געווארן ח כסלו התרל"ב, און ער ליגט אין טשערנאביל.

דוד אהרן טווערסקי

רבי דוד אהרן איז געבוירן אין יאר התרל"ב אומגעפער, צו זיין פאטער הרב יעקב אריה לייב טווערסקי פון קאוולע, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאבל, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.

דוד טווערסקי (טאלנא)

רבי דוד איז געבוירן אין יאר התקס"ח, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.

                                     

ⓘ טשערנאבל

  • טשערנאבל אוקראיניש: Чорнобиль, רוסיש: Чернобыль איז אמאל געווען א שטאט אין קיעווער אבלאסט, צפון אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט בעלארוס. צוליב
  • ראזנבלאט נפטר אין ה תרצ ג ה תקצ ז - רבי מאטעלע טשערנאבלער, מגיד אין טשערנאבל ה תרע ד - רבי יצחק אייזיק הלוי ראבינאוויטש, מחבר פון דורות הראשונים ה תשס ט
  • ה תקמ ד - ח כסלו ה תרל ב מגיד פון טשערנאבל דער דריטער טשערנאבילער רבי. רבי אהרן איז געבוירן אין טשערנאבל אין יאר ה תקמ ז, צו זיין פאטער רבי מרדכי
  • דינאסטיע וואס ציט זיך פון רבי מנחם נחום טווערסקי, וואס איז אן אפצווייג פון טשערנאבל דער גרינדער פונעם מאקאראווער חסידות איז געווען רבי מנחם נחום טווערסקי
  • יום שהם חמשה שבועות לעומר. ה תקצ ז - נפטר געווארן רבי מאטעלע טשערנאבלער, מגיד אין טשערנאבל ה תרמ ב - געבוירן דער חזן יאסעלע ראזנבלאט נפטר אין ה תרצ ג
  • דינאסטיע וואס ציט זיך פון רבי אברהם טווערסקי, וואס איז אן אפצווייג פון טשערנאבל פאר דער צווייטער וועלט מלחמה איז עס געווען א גרויס חסידות, מיט צוואנציג
  • מגיד אין פראהבישט. ווען רבי מנחם נחום האט האט איבערגענומען דאס מגידות אין טשערנאבל איז רבי שלום שכנא געווארן מגיד אין פראהבישט. צווישן זיינע תלמידים ווערט
  • 210 ק מ מזרח פון פינסק, 77 ק מ מערב פון האמעל און 100 ק מ צפון מערב פון טשערנאבל די באפעלקערונג איז 112, 500 2009 מאזיר איז א צענטער פון נאפט ראפינירן
  • סאך וואס עס האט זיך אפגעטון אין זיינע צייט אין דער געגענט פון אוקריינא, טשערנאבל ברסלב, אומאן, טשעהרין, קרימינטשאק, בארדיטשוב, אדעס, לעמבערג, און נאך.
                                     

הארנסטייפל (הויף)

הארנסטייפל איז דער נאמען פון א דארף אין היינטיגער אוקראינע וואו רבי מרדכי דוב טווערסקי, אן אייניקל פונעם טשערקאסער רבין, האט אויפגעשטעלט זיין הויף. דער היינטיגער רבי פון הארנסטייפל איז רבי מיכל טווערסקי פון מילוואקי.