ⓘ דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט. דער עניאַגראַם פון דער פערזענלעכקייט א פסיכאלאגישע טעאריע וואס טיילט איין די גאנצע מענטשהייט אין 9 סארט נאטורן. יעדער פון די ..

                                     

ⓘ דער עניאגראם פון דער פערזענלעכקייט

דער עניאַגראַם פון דער פערזענלעכקייט א פסיכאלאגישע טעאריע וואס טיילט איין די גאנצע מענטשהייט אין 9 סארט נאטורן. יעדער פון די 9 האט זיך זיין איינגארטיגע קוק אויפן לעבן וואס ברענגט איהם צו וועלן\טוהן\שפירן\פיהלן אנדערש פון די אנדערע סארטן טיפן. איינגעטליך לעבט יעדער פון די 9 סארט טיפן אין א וועלט פאר זיך און יעדער האט זיך זיינע נאטורן און טאלאנטן.

לויט די טעאריע איז נישט אנדערש א מענטש וואס געפינט זיך אין א הויכן שטאפל אדער נידריגן שטאפל. דאס הייסט: אלעמאל באנוצט זיך דער מענטש מיט זיינע ספעציעלע נאטורן, סיי אין נידריגן שטאפל און סיי אין הויכן.

                                     

1.1. די 9 טיפן 1 - דער פערפעקטער

דאס לעבן פון דעם סארט טיפ איז געצילט צו דערגרייכן גענצליכקייט. זיי באמערקן גרייזן און פעלערן זייער גרינג און זיי זוכן און גריבלען צו פאררעכטן און פארבעסערן - זיך, יענעם און די גאנצע וועלט. זיי פארמאגן שטארקע גלייכקייט, אויפריכטיגקייט און א ברייטע פאראנטווארטליכקייט. זיי זענען איינגעארדנט, מערקן אויף קליינע איינצעלהייטן וואס דאס פארען זיך מיט דעם איז אסאך מאל מינדערוויכטיג און זיי פראבירן צו אויספירן יעדע פליכט מיט פונקטליכקייט אן קיין גרייזן און פעלערן. זיי זענען מענטשן וואס וועלן קעמפפן אן קיין ציטער פאר ריכטיגקייט און פאר זייערע אידיאלן. זיי שפירן אליין וויאזוי עס איז ריכטיג צו טוהן א זאך, זיי ווייסן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט און זיי נייגן צו זיין קריטיקירער און קריטיקירן אנדערע. עס איז זיי שווער צו נעמען צייט צו פארגעניגנס, זיי פילן א שולד אויף דעם און דערפאר וועלן זיי קודם מאכן וואס זיי דארפן טוהן און דערנאך וואס זיי ווילן טוהן. זיי וועלן אלעמאל פראבירן צו טוהן וואס עס איז ריכטיג, וואס מען דארף און וואס מען מוז, - זיי באנוצן זיך אסאך מיט די ווערטער מדארף און ממוז. זיי זענען ערנסע מענטשן און זיי נעמען דעם לעבן מיט צו פיל ערנסקייט. זיי נייגן צו נעמען אויף זיך צופיל ווייל נישט אלעמאל וועלן זיי זיך פארלאזן אויף אנדערע אז זיי וועלן טוהן די זאכן אזוי ווי מען דארף. די סארט מענטשן וואס זענען איינסערס טיפן נומער 1 זענען מענטשן וואס אלץ איז אין זייערע אויגן שווארץ אדער ווייס וועט ער אויפהערן צו לעבן, פשוט און פראסט, ער וועט נישט זוכן א לעזונג דערפאר, ווייל אויב עס איז אריינגערעכנט קאנפליקטן קען ער דאס נישט אויסהאלטן, ער וועט ענדערש אויפגעבן אינגאנצן.

כאטש עס זענען דא 9ערס וואס פירן מער א אקטיווע און סאציאלע לעבנסשטייגער, דאך וועלן זיי אייביג זיין ארויסגעסיינט און נישט‐צום‐באקומען ווען עס קומט א קאמפליצירטע מצב, כאילו דאס וועט זיי ראטעווען פון שווערע מצבים אין זייער לעבן און זיי דערלאנגען פרידליכקייט און רואיגקייט. דער 9ער וועט אייביג זוכן מיטצוגיין מיטן שטראם, ער טוט דאס וויבאלד אזוי איז מער באשיצט פון אינערליכע און אויסערליכע קאנפליקטן, אבער דאס שטעלט זיך ארויס אלס מעלה פאר אים, ווייל ער לעבט דעריבער זייער גוט מיט אנדערע מענטשן. בכלל איז דער 9ער היפש באליבט ביי זיינע ארומיגע און נאנטע פריינט. ער געטרויעט אזעלכע מענטשן וועלכע זעען נאר גוטס אין אנדערע. ער האט אן אפטימיסטישן ציל אין לעבן, ער האלט אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן און פאלן אין פלאץ. ער האט ער זייער ליב נאטור, וועלדער און פעלדער, און ער האט א סאלידע און רואיגע צוגאנג צו אנדערע, רוב 9ערס זענען דעריבער געלונגענע עלטערן פאר זייערע קינדער. דאס ערגסטע איז פארן 9ער ווען עס קומט צו טשעינזש, ווען עפעס, א מצב, א צייט, א סביבה טוישט זיך קען ער עס גאר שווער פארנעמען, ווייל ער האט דאך מורא אז מיטן נייעם מצב וועט קומען פרישע קאנפליקטן. ווען דער 9ער איז שוואך, אין גייסטישן זין פון ווארט, קען טויש אים זייער שווער אפעקטירן.

מען קען זיך טועה זיין און טראכטן אז דער 9ער איז אזוי ווי דער 4ער. אבער ווען מען וועט גוט אריינטראכטן, וועט מען זען אז דאס וואס דער 9ער האט ליב נאטור און שטילקייט איז נישט ווייל ער וויל דערמיט עפעס אויסמיידן און דאס איז זיין לעבנססטיל; ער האט דאס ליב ווייל דארטן איז רואיג און הארמאנירט. אין צוגאב צום פאקט אז דער 9ער –ווי געשריבן‐ איז א מענטש וועלכער גייט מיטן שטראם, אנדערש ווי דעם 4ער וועלכער גייט –אומווילנדיג‐ קעגן דעם שטראם.