ⓘ שמואל סאלאנט. הרב סאלאנט איז געבוירן ב שבט התקעו אין דער שטאט קיידאן, ליטא, און איז געווארן באוואוסט אלס דער קיידאנער עילוי. נאכהער האט ער געלערט אין סאלאנט ביי ..

                                     

ⓘ שמואל סאלאנט

הרב סאלאנט איז געבוירן ב שבט התקע"ו אין דער שטאט קיידאן, ליטא, און איז געווארן באוואוסט אלס דער קיידאנער עילוי. נאכהער האט ער געלערט אין סאלאנט ביי רב צבי ברוידא, און אין דער וואלאזשינער ישיבה. צו דרייצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רב אברהם שמעון טרויב. דער זיווג איז נישט געלונגען און זיי האבן זיך געגט נאך דריי יאר. הרב סאלאנט האט געווארט ביז זיין גרושה האט געטראפן א צווייטן זיווג, דערנאך האט ער געזוכט א שידוך פאר זיך אליין. ווען זיין פאטער איז געווען אין דער שטאט סאלאנט, האט צו אים געוואנדן דער ארטישע הרב יוסף זונדל סאלאנטער און געבעטן ר שמואל אלס איידעם, האט זיין פאטער מסכים געווען.

נאך דער פטירה פון הר"ר זונדל סאלאנט איז הרב שמואל באשטימט אלס רב פון ירושלים.