ⓘ אליעזר חיים בלום. ער איז געבוירן געווארן כו תשרי התרצט אין די שטאט קאשוי צו זיינע עלטערן רבי רפאל בלום און חנה מלכה א טאכטער פון הרב משה גרינפעלד זל פון מיהאלאו ..

                                     

ⓘ אליעזר חיים בלום

ער איז געבוירן געווארן כ"ו תשרי התרצ"ט אין די שטאט קאשוי צו זיינע עלטערן רבי רפאל בלום און חנה מלכה א טאכטער פון הרב משה גרינפעלד ז"ל פון מיהאלאוויץ.

ער איז געווען איינער פון די פאסאזשירן וואס זענען מיטגעפארן אין דער קאסטנער באן צוזאמען מיט רבי יואל טייטלבוים.

אום ח"י טבת תשי"ח האט ער געהייראט ציפורה די טאכטער פון רבי מרדכי פריעדמאן שו"ב וועלכע האט געוואוינט אין יאס, בוקארעסט און ברוקלין.

ער האט געוואוינט אין שיכון סקווירא איידער ער האט זיך אוועקגעצויגן קיין מאנסי.

ער איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכטס פ׳ ויגש ז׳ טבת תשע״ט, ומנוחתו כבוד בהאוהל בקרית קאשוי בעדפארד היללס.

                                     

1. הרבצת התורה ורבנות

ער איז געווען מנהל פון דער קאשויער ישיבה, און דערנאך האט ער געעפנט אן אייגענע ישיבה מיטן נאמען ״בית שמואל״ אין מאנסי. ער האט אויך מייסד געווען און געפירט די מיידל שולע "בית חינוך הישן" אין מאנסי, און ווען ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי האט ער געעפענט זיין ביהמ"ד און כולל בית שמואל דקאשוי.

זייענדיג דער עלטסטער זון פון רבי רפאל האט מען אים באקרוינט קאשויער רבי נאך זיין פאטער׳ס פטירה כ אדר תשס"ה, אין ער האט ממשיך געווען ברבנות והרבצת התורה אויפן שטייגער פונעם טאטן, ער איז געווען א לוחם מלחמות השם בעוז וגבורה, גודר גדר ועומד בפרץ. ווי אויך געווען אן אויסגערופענער עובד ה בקדושה ובטהרה, פיל אידן האבן זיך געקלאמערט ארום אים מיטהאלטנדיג זיינע פייערדיגע דרשות די ווארימע דאווענען און לעכטיגע טישן.

ער האט געהאט אסאך חסידים און אנהענגערס, ווי אויך איז ער באוואוסט מיט זיינע ידיעות און פארשטאנד, בפרט אין חכמת הרפואה. חרדישע אידן פלעגן זיך דורך רעדן מיט אים אין עניני חינוך ושלום בית בעצה ותושי, און זענען געהאלפן געווארן פון זיינע הייליגע ברכות.

                                     

2. ספריו

ער האט ארויסגעגעבן די ספר אבות הראשונים אויף מסכת אבות ליקוט דברי הראשונים.

אויך האט ער פארפאסט די ספרים שיח חיים עה"ת וסוגיות הש"ס, אוצרות שיח חיים - מכתבים.

                                     

3. קינדער

  • רייזל, ווייב פון רבי נתן בנימין קרויס פון קרית יואל.
  • מינדל, ווייב פון רבי משולם זלמן בעק זון פון טשערקאסער רבי.
  • שרה שפרה, ווייב פון רבי גדליה הכהן כ"ץ, ר"מ בישיבת שער אפרים
  • מרת אסתר, ווייב פון רבי יעקב משה לעבאוויטש אב"ד וראש ישיבת בית הילל - מאנסי
  • הינדא רבקה, ערשטע ווייב פון רבי אהרן אריה טעללער.
  • ליבא גיטל ברכה, ווייב פון רבי יעקב בנימין פירטה.
  • ביילא, ווייב פון רבי אפרים ברוך דאסקאל.
  • חיה צייטל, ווייב פון רבי זאב וואלנער פון קרית יואל.
  • רחל לאה, ווייב פון רבי משה אבראהאם, אדמו"ר מבארדיטשוב.
  • יעקב יוסף, איידעם פון ר אלי בערקאוויטש
  • דבורה נחמה, ווייב פון רבי זלמן לייב ראזנבערעגער מנהל רוחני בת"ת נועם אלימלך ליזענסק.
                                     
  • דא ס װא רט קען זיך װײ טער צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: ר אליעזר חיים בלום ר רפאל בלום ר שאול בראך
  • ער אויכעט אויפגעשטעלט זיין ישיבה. נאך זיין פטירה אין כ אדר א ה תשס ה האבן זיינע חסידים באקרוינט רבי זיין עלטסטער זון רבי אליעזר חיים בלום פון מאנסי.
  • נומער: חיים אורי פריינד חיים אדלער חיים אריה שפיטץ חיים אליעזר אונגאר חיים אלעזר וואקס חיים אלעזר שפירא חיים באנעט חיים ברוך רובין חיים בר - לב חיים בן עטר
  • געקומען צו איהם בעטן ברכות און כאפן א בליק אויף דעם צדיק. זיינע זין: ר אליעזר חיים בלום זצ ל זיין ממלא מקום האט געוואוינט אין מאנסי, געהייראט מרת צפורה טאכטער