ⓘ ישראל יאקאבאוויטש. הרב ישראל יאקאבאוויטש, באראן יאקאבאוויטש איז געווען דער הויפט רב פון גרויסבריטאניע און דער קאמאנוועלט פֿון תשכז ביז תשנא. ..

                                     

ⓘ ישראל יאקאבאוויטש

הרב ישראל יאקאבאוויטש, באראן יאקאבאוויטש איז געווען דער הויפט רב פון גרויסבריטאניע און דער קאמאנוועלט פֿון תשכ"ז ביז תשנ"א.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

ישראל יאקאבאוויטש איז געבוירן אין קעניגסבערג, אסט-פרייסן היינט קאלינינגראד, רוסלאנד צו זיין פאטער, הרב יואל יאקאבאוויטש און זיין מוטער וורעשנער. אין די 1920ער יארן האט זיך די משפחה געצויגן קיין בערלין וואו זיין פאטער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין. די משפחה איז אנטלאפֿן פון דייטשלאנד אין 1938 זיך צו ראטעווען פון די נאצישע רדיפות און איז אנגעקומען קיין ענגלאנד, און הרב יואל איז געווארן א דיין אין לאנדאן. ישראל האט דארט געלערנט אין ישיבת עץ חיים און ענדליך באקומען היתר הוראה פון די ראשי ישיבות, הרב אליהו לאפיאן און הרב נחמן שלמה גרינשפאן. ער האט אויך שטודירט אין יידנס קאלעדזש.

ער האט חתונה געהאט מיט אמעלי מײַליע מונק, די טאכטער פון הרב אליהו מונק פון פאריז, וואס האט אים געשטיצט אין זיין ארבעט פאר דער קהילה זיין גאנצן לעבן. זיי האבן זעקס קינדער.

זיין ערשטע שטעלע איז געווען רב פון דער בראנדעזבורי שול. אין תש"ט, ווען ער איז געווען אלט 27, איז ער גערופֿן צו ווערן דער הויפט רב פון דער יידישער קהילה פון אירלאנד. דאס איז געווען דער ערשטער טראט אויפן וועג צו א געהויבענער קאריערע אין רבנות. אום תשי"ח איז ער אריבער צו ווערן רב פון דער פינפטע עוועניו שול אין ניו יארק, וואו ער האט געדינט ביז תשכ"ו, ווען ער האט באקומען א "רוף" צו ווערן הויפט רב פון די פאראייניגטע יידישע געמיינדעס פונעם קאמאנוועלט, און ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז ער האט זיך פענסיאנירט אין תשנ"א.

הרב יאקאבאוויטש איז נפטר געווארן אין לאנדאן מוצש"ק כ"א מרחשון תש"ס אין דער עלטער פון 78, און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר הזיתים. די רביצין איז נפטר געווארן אייר תש"ע.

                                     
  • שו ת בצל החכמה ה תשנ ז - רבי יחיא הלוי אלשיך, תימנישער רב אין ירושלים ה תש ס הרב ישראל יאקאבאוויטש הויפט רב פון דער קאמאנוועלט געבוירן ה תרפ א
  • פארשפרייט דאס בוך פון בנימין זאב הרצל, מדינת היהודים. ה תרפ א - רבי ישראל יאקאבאוויטש הויפט רב פון דער קאמאנוועלט ד תתקל ה - רבי יעקב ב ר שלמה פון קורסין
  • ה תשמ ט - נפטר געווארן רבי בצלאל שטערן, מחבר פון שו ת בצל החכמה ה תש ס - נפטר געווארן הרב ישראל יאקאבאוויטש הויפט רב פון דער קאמאנוועלט געב ה תרפ א
  • ארדמאן געווארן ראש ישיבה. בערך אין יאר תש ל איז די ישיבה אריבער אין איר היינטיגער געביידע אין גאלדערס גרין. צווישן אירע תלמידים איז הרב ישראל יאקאבאוויטש
  • אונטער הרב דניאל יאקאבאוויטש ישיבת נחלת אברהם, אונטער הרב אוחנא. ישיבת קהילות יעקב חזון יחזקאל אונטער הרב קלופט. ישיבת נזר ישראל אונטער הרב מנשה עוזרי
  • הרב סיר ישראל בראדי תרנ ה, ניוקאסטל תשל ט איז געווען דער הויפט רב פון גרויסבריטאניע און דער קאמאנוועלט תש ח תשכ ה.ו ער איז געווען א רב אין אויסטראליע
  • בהוצאת רבי בן ציון יאקאבאוויטש מען האט עס געמוזט דרוקן אין געהיים, וויבאלד עס איז נישט ערלויבט געווארן צו דרוקן אין ארץ ישראל אזוי אויך האט מען עס
  • קרימינאלען, וואס פון זיי זענען 122 געווען מנובלים זשורנאל ניוס ר פנחס יאקאבאוויטש פון די עלייענס אין קרית יואל, געבט פאליטישע זעץ פאר די ארונים וויליזש
  • הר הזיתים מדינה פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד באלאנג ליטוואקעס, מוסר באוועגונג תלמידים ישראל יאקאבאוויטש