ⓘ בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע ו ..

שמעון נתן נטע בידערמאן

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, לעלאווער רבי אין קראקע און ירושלים רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, לעלאווער רבי אין בני ברק רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, לעלאווער רבי אין ירושלים

ברוך האלבערשטאם (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: ברוך האלבערשטאם איז דער נאמען פון עטלעכע אדמורי"ם פון דעם צאנזער הויף. רבי ברוך האלבערשטאם, גארליצער רב, א זון פונעם דברי חיים רבי ברוך האלבערשטאם, גארליצער רבי אין בני ברק רבי ברוך האלבערשטאם הי"ד התרס"ג - ג תשרי התש"ג, רב אין גריבאוו. רבי ברוך האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו

מענדיל האגער

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: רבי מנחם מענדיל האגער פון ווישעווע רבי מנחם מענדיל האגער פון זאבאלטאוו רבי מנחם מענדיל האגער פון קייאמישע לייק רבי מנחם מענדיל האגער פון דאמיטש רבי מנחם מענדיל האגער, אדמו״ר פון מרכז חסידי וויזשניץ אין בני ברק רבי מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו, דער ״אהבת שלום״ רבי מנחם מענדיל האגער, דער ״צמח צדיק״ פון וויזשניץ

מנחם נחום טווערסקי (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: רבי מנחם נחום פון מאקאראוו, א זון פונעם טשערנבאלער מגיד רבי מנחם נחום טווערסקי פון בריסק, א זון פונעם טריסקער מגיד רבי מנחם נחום פון טאלנע רבי מנחם נחום, דער טשערנאבלער רבי אין בני ברק רבי מנחם נחום טווערסקי ווארשע, דער טריסקער רבי אין ווארשע רבי מנחם נחום טווערסקי, דער "מאור עינים" פון טשערנאביל רבי מנחם נחום פון רחמיסטריווקא

אברהם יהושע העשל (באדייטן)

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: אברהם יהושע העשל איז דער נאמען פון עטלעכע רביס פון דעם מעזשביזשער-אפטער הויף וואס דער נאמען העשל איז זייער פאמיליע-נאמען. אויסערדעם איז פארהאן פארשידענע רביס וואס האבן געהייסען אברהם יהושע העשיל וואס דער נאמען העשיל איז א טייל פון זייער ערשטן נאמען. רבי אברהם יהושע העשל ד אייר התרמ"ח - ט"ז תמוז התשכ"ז, קאפיטשניצער רבי אין ניו יארק. רבי אברהם יהושע העשל התרנ"ב - ד ניסן התש"ג הי"ד, פון מעזשביזש - טארניפאל. רבי אברהם יהושע העשיל התקט"ו - ה ניסן התקפ"ה, רב אין מעזשביזש און אפטא, באקאנט אלס דער אפטער רב, דער אוהב ישראל רבי אברהם יהושע העשל הת ...

                                     

ⓘ בני ברק

בני ברק איז א אידישע פרומע שטאָט אין געגנט גוש דן וואס איז אין תל אביב דיסטריקט פון ישראל, וואס דארטן זײַנען פּלאַצירט פילע חסידישע הויפן און אויך די ליטווישע וועלט בארימטע פאנאוועזשער ישיבה. דעם 27סטן סעפטעמבער 2012 איז בני ברק געווען די צענטע גרעסטע שטאט אין ישראל, מיט א באפעלקערונג פון 176.556.

די שטאט ווערט דערמאנט אין דער הגדה של פסח: מַעֲשֶׂה בְּרַבִּי אֱלִיעֶזֶר וְרַבִּי יְהוֹשֻעַ וְרַבִּי אֶלְעָזָר בֶּן עֲזַרְיָה וְרַבְּי עֲקִיבָא וְרַבִּי טַרְפוֹן שֶהָיוּ מְסֻבִּין בִּבְנֵי בְרַק, וְהָיוּ מְסַפְּרִים בִּיצִיאַת מִצְרַיִם כָּל אוֹתוֹ הַלַּיְלָה עַד שֶׁבָּאוּ תַלְמִידֵיהֶם וְאָמְרוּ לָהֶם: רַבּוֹתֵינוּ, הִגִּיעַ זְמַן קְרִיאַת שְׁמַע שֶׁל שַׁחֲרִית.

בני ברק רעכנט זיך ארעמע שטאט ווייל א סאך איינוואוינערס ארבעטן נישט און לערנען נאר תורה.

                                     

1. שטאטראט

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1959 האבן די חרדים באקומען 5 מאנדאטן, מפד"ל 4 מאנדאטן, דער מערך 3 מאנדאטן, חרות 2 מאנדאטן און די ליסטע פון די עדות המזרח איין מאנדאט.‏.

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1965 האבן די חרדים באקומען 5 מאנדאטן, מפד"ל 3 מאנדאטן, דער מערך 3, גח"ל 2 און די באוועגונג פאר אחוה 2.‏

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 1969 האבן די חרדים באקומען 6 מאנדאטן אין דער שטאטראט, מפד"ל 4 מאנדאטן, מערך 3 און גח"ל 2 מאנדאטן.‏. נאך די וואלן האט ישראל גאטליב פון מפד"ל אויפגעשטעלט א קאאליציע מיט מערך און גח"ל, איבערלאזנדיק די תורה בלאק אין אפאזיציע.‏

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין דעצעמבער 1973 האט מפד"ל באקומען 5 מאנדאטן, אגודה און פועלי אגודה וואס זענען געלאפן צוזאמען האבן באקומען 3 מאנדאטן, נאמני תורה ספרדיים 2 מאנדאטן, דער מערך 3 מאנדאטן און ליכוד 2 מאנדאטן.‏

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 2008 איז געווען נאר איין קאנדידאט פאר בירגערמייסטער, הרב יעקב אשר. פארן שטאטראט האט קאנדידירט נאר איין ליסטע, מיט די פאלגנדע נעמען:

  • ש"ס - פינחס צברי, אליהו דאדאן, ניסן יגאל געטאַ, נתן בצלאל, אברהם פאַרטאש, גדליהו בן שמעון
  • מפד"ל - לוי אליעזר זוראווין
  • יהדות התורה - יעקב אשר, חנוך זייבערט, ישראל משה פרידמאן, מנחם מענדל אייזנבערג, מיכאל קאקאן, מאיר יהודה מארמארשטיין, אברהם רובינשטיין, שמחה שטיצבערג, נתן צבי כהן, חיים דוד ראזנער, יעקב ווירזשבינסקי, חיים מאיר לאנגזאם, שלמה שטערן, ישראל דרענגער, יהודה האבער, שלמה קאסטעליץ, מאיר שאקראן, מרדכי דריימאן

אזוי ווי סאיז נישט געווען מער ווי איין ליסטע, האבן די בירגער פון בני ברק נישט געדארפט וויילן.

ביי די מוניציפאלישע וואלן אין 2013 איז חנוך זייבערט געוויילט געווארן בירגערמייסטער.

                                     

1.1. שטאטראט שטאט׳ס רבנים

רעליגיעזע באדינונגען אין בני ווערן געפירט דורך דעם שטאטראט און נישט דורך א ״רעליגיע־ראט״ ווי אין אנדערע שטעט אין ישראל. אויך דעם שטאט׳ס רב ווערט געוויילט דורך דעם שטאטראט.

די רבנים פון בני ברק זייט זיין גרינדונג:

  • הרב אריה מרדכי רבינאוויטש, תרפ"ד–תרפ"ח 1924–1928
  • הרב שלמה זאלקינד לאנדערס ממלא מקום, תרפ"ח–תרצ"א 1928–1931
  • הרב נחמן שמואל יעקב מיאדאסער, תרצ"א–תרצ"ד 1931–1934
  • הרב יוסף צבי קאליש, תרצ"ה–תרצ"ו 1935–1936‏
  • הרב יעקב לאנדא, תרצ"ו–תשמ"ו 1936–1986
  • הרב משה יהודה לייב לאנדא, תשמ"ו–תשע"ט
  • הרב יצחק אייזיק לאנדא, הרב שבח צבי ראזענבלאט, הרב מסעוד בן שמעון -זייט ה׳תשע״ט.

ווען מען האט באשטימט הרב יעקב לאנדא רב אין 1936 און דערנאך ווי הויפט רב פון בני ברק, האבן א טייל איינוואוינער ווייטער געהאלטן רב יוסף צבי קאליש אלס שטאט׳ס רב ביז זיין פטירה אין 1957, און האבן נישט מקבל געווען זיין נאכפאלגער.‏ הרב קאליש האט ווייטער געפירט איינשרייבן פאר חתונות אלס רב פון דער שטאט.‏

                                     

2. באפעלקערונג

לויט די דאטן פונעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיג פאר דעצעמבער 2013, וואוינען אין בני ברק 172.485 באוואוינער. די באפעלקערונג וואקסט מיט א יערלעכער ראטע פון ‎2.2%‏.

אין בני ברק האט געוואוינט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ דער "חזון איש" וואס האט געשטעלט חרדישן יידנטום אין ארץ ישראל אויף זיינע פיס אין דער תקופה ווען די מדינה איז אויפגעשטעלט געווארן, און בארימטע ליטווישע רבנים, כולל הרב יעקב ישראל קאניעווסקי דער סטייפלער, רב אלעזר מנחם מן שך און הרב חיים גריינימאן, ווי אויך דער רב פון זכרון מאיר, הרב שמואל וואזנער

היינט, וואוינען פיל אשכנזישע רבנים אין בני ברק ווי הרב אהרן לייב שטיינמאן, הרב חיים קאניעווסקי און הרב נסים קארעליץ.

אזוי אויך א סך רביס פון חסידים וואוינען, אדער האבן געוואוינט, אין בני ברק, ווי דער גערער, נאדווארנער, לעלאווער, וויזשניצער, אלעקסאנדער, ראדזינער, מאדזשיצער און סטריקאווער רביס.

                                     
  • ה תשי ח איז דער וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ, אין עזרא גאס, בני ברק ער איז דער יונגערער זון פונעם פריערדיקן וויזשניצער רבי ן רבי משה יהושע
  • די בני ברק באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען. זי געפינט זיך אויף דער צפונדיקער גרענעץ פון דער שטאט בני ברק צו תל אביב און רמת גן. דער פריערדיקער
  • דער וויזשניצער רבי פון בני ברק ער איז דער עלטערער זון פון רבי משה יהושע האגער, דער ישועות משה דער וויזשניצער רבי פון בני ברק רבי ישראל איז געבוירן
  • ישיבת בית אברהם איז א בית מדרש אין דער שטא ט בני ברק פאר געוועזענע תלמידים פון דער חברון ישיבה. דער בית מדרש איז געגרינדעט געווא רן דורך הרב אברהם פנחס
  • וויזשניצער הויפן, די גרעסטע און צענטראלע הויפטקווארטירט אין קרית וויזשניץ, בני ברק און ציילט אפ אומגעפער 3, 500 משפחות. דער היינטיגער רבי איז רבי ישראל האגער
  • אין בני ברק טאמער זוכט איר אנדערע ישיבות מיט א שייכות צו סלאבאדקע, זעט סלאבאדקער ישיבה. די סלאבאדקער ישיבה איז א ליטווישע ישיבה גדולה אין בני ברק וואס
  • רבי ברוך האלבערשטאם זצ ל נפ ט ו אב תשמ ב גארליצער רבי אין בני ברק רבי ברוך איז געבוירן צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם, רב אין גארליץ, א זון פון
  • ראזנבוים געבוירן י ט אדר ה תשי ח איז דער היינטיגער פרעמישלאנער רבי פון בני ברק רבי מאיר איז געבוירן געווארן אין שטאט רחובות צו זיין פאטער רבי דוד משה
  • רבי מנחם נחום טווערסקי געב כ ב שבט ה תש ב איז דער טשערנאבילער רבי אין בני ברק מיט עטליכעע הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און איבער דער וועלט. רבי מנחם
  • געב טבת ה תרצ א נפטר יום כיפור ה תש ע איז געווען דער לעלאווער רבי אין בני ברק רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת תרצ א צו זיין פאטער רבי משה
  • תשע ה איז געווען בירגערמייסטער פון בני ברק פון 1974 ביז 1976. ער איז געווען פון די ערשטע באוואוינער פון בני ברק ער איז געווען דער אלגעמיינער פארוואלטער
                                     

הויפט זייט/כ"ו שבט

התש"א - פלוטאניאום פאבריצירט צום ערשטן מאל. התשמ"ו - נפטר געווארן הרב יעקב לאנדא, אב"ד בני ברק התכ"ח - נפטר געווארן הרב דוד הלוי סג"ל, מחבר פון "טורי זהב" ט"ז און פֿון די גרעסטע פוסקים