ⓘ נפתלי צבי האלבערשטאם. רבי נפתליטשע איז געבוירן אין באבאוו כה סיון תרצא צו זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם, דער דריטער באבאווער רב, א זון פון הרב בן-ציון האלבערשט ..

                                     

ⓘ נפתלי צבי האלבערשטאם

רבי נפתליטשע איז געבוירן אין באבאוו כ"ה סיון תרצ"א צו זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם, דער דריטער באבאווער רב, א זון פון הרב בן-ציון האלבערשטאם, רב אין באבוב, א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם, רב אין באבאוו, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת בלומה רחל, א טאכטער פון זיין פעטער הרב חיים יעקב טייטלבוים רב אין לימאנאוו.

כ"ה סיון תש"ד איז רבי נפתלי צבי געווארן בר מצווה. ער איז געווען דעמאלסט מיט זיין פאטער אין דער גרויסווארדיין געטא, פארשטעקט אין דעם בונקער אונטערן שפיטאל. זיין פאטער האט געהאט א שטארקע הקפדה זיך צו טובלן פאר תפילין לייגן. זיי האבן באשלאסן ארויפצוגיין אויפן דאך זוכן אן עצה. דארטן האבן זיי געטראפן א שיסל וואסער, וואס זיי האבן געגאסן אויף זיך תשעה קבין. בשעת מעשה האט דער טאטע געזאגט פאר נפתלי צבי אז ער זאל מיט דער טבילה מכוון זיין א הכנה "אומצוקומען על קידוש השם".‏

                                     

1. רבנות

צום סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט זיין פאטער ר שלמה געזדאנזשעט צו שיקן אים אלס בחור קיין ארץ ישראל. אזוי ווי ר שלמה איז געבליבן אין אייראפע האט נפתלי צבי נישט געוווּסט צי זיין פאטער איז ניצול געווארן פון דער קריג. ער האט געוווֹינט עטלעכע יאר אין ארץ ישראל ווו ער האט באקומען היתר הוראה. ער האט דארט געלערנט אין דער סלאנימער ישיבה, און זיך געדרייעט ביי דעם די סלאנימער חסידים ווי הר"ר מאטל מסלאנים, צווישן זיינע חברים זענען געווען הר"ר יעקב מאיר שעכטער, ער האט זיך אויך דאן געדרייעט צווישן די נטורי קרתא קרייזן, און זיך געחברט מיט הרב ר עמרם בלוי, ווען דער סאטמארער רבי יואל טייטלבוים, איז געווען אין די יארן פון תש"ו - תש"ז אין ארץ ישראל, איז רבי נפתליטשע געווען פון זיינע נאנטע חסידים, אין די שפעטערע 40סטע יארן איז ער דערגאנגען אז זיין פאטער לעבט נאך און וווינט אין ניו יארק, האט ער אליין געוואנדערט קיין ניו יארק.

רבי נפתליטשע איז ביים טאטענס לעבן אים געשטאנען צו דער האנט אלע יארן ביים בויען די באבאווער אימפעריע, און ער האט זיך מוסר נפש געווען פארן טאטן און פאר באבוב. נאך זיין פאטערס פטירה ר"ח אב התש"ס האט מען אים געקריינט אלס באבובער רבי. בעת ער איז געווארן רבי איז ער שוין געווען שטארק אפגעשוואכט; אבער די חסידים זענען געווען שטארק נתפעל פון זיין צדקות, און האבן דערציילט איבער אים אפענע געוואלדיגע מופתים.

נאך זיין פטירה, האט אויסגעבראכן א חילוקי דעות ווער סזאל זיין ממלא מקום, זיין איידעם רבי מרדכי דוד אונגער אדער זיין האלב-ברודער רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם.

                                     

2. הסתלקות

רבי נפתליטשע האט נישט לאנג מאריך ימים געווען אויף דער רביסטעווע. ער איז נפטר געווארן י"ב אדר ב התשס"ה 2005, און ער ליגט צוזאמען אין אהל מיט זיין פאטער אין פלאראל פארק בית עלמין, ניו דזשערסי.

                                     

3. פאמיליע

רבי נפתליטשע האט געהייראט מרת העסא, א טאכטער פון הרב יוסף פאנעט רב אין דעעש. זי איז נפטר געווארן י"א אייר תשע"א. זייערע קינדער:

  • מרת רבקה שיינדיל, די ווייב פון הרב מרדכי דוד אונגאר
  • מרת רחל שרה, די ווייב פון הרב יהושע רובין
                                     
  • נפתלי האלבערשטאם קשאנאוו קשאנאווער רב רבי נפתלי האלבערשטאם טשאקאווע פארזיצער פונעם וועד הכשרות ביי דער עדה החרדית רבי נפתלי צבי הירש האלבערשטאם ה תרכ ב
  • רבי נפתלי צבי הירש האלבערשטאם זצ ל ה תרכ ב - כ ט אייר ה תר ף רב אין גלוסק. רבי נפתלי הירש איז געבוירן אין יאר ה תרכ ב, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם
  • האלבערשטאם איז דער היינטיקער באבאווער רבי. ער איז א זון פון דעם דריטן באבאווער רבי ן רבי שלמה האלבערשטאם און א ברודער פון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם וואס
  • רבי צבי הירש האלבערשטאם זצ ל ה תר י - ט ו מנחם אב ה תרע ח רב אין רודניק. רבי הערשעלע איז געבוירן אין רודניק אין יאר ה תר י, צו זיין פאטער הרב ברוך
  • רבי נפתלי האלבערשטאם זצ ל נפטר ו אלול ה תרפ א רב פון רודניק. רבי נפתלי איז געבוירן צו זיין פאטער הרב צבי הירש האלבערשטאם רב אין רודניק, א זון פון
  • חלקה. רבי חכם צבי האט חתונה געהאט מיט מרת בלומא, א טאכטער פון הרב נפתלי הירצקא קנאפף, שו ב אין צפת. זייערע קינדער: הילד שמואל האלבערשטאם - ה ניסן ה תשל ב
  • רבי אביגדור צבי האלבערשטאם הי ד ה תרמ ד - ה תש ב רב אין אלט - צאנז און בארדיאוו רבי אביגדור צבי איז געבוירן אין יאר ה תרמ ד, צו זיין פאטער הרב יחיאל נתן
  • אין דזשאלין ט ז אב ה תש ב הי ד. רבי נפתלי צבי האט געהייראט אין יאר ה תרנ ז מרת שרה א טאכטער פון הרב משה האלבערשטאם רב אין בארדיוב, זי איז נפטר געווארן
  • ער איז געווען רבי ביז זיין פטירה ר ח אב תש ס און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר פיר און א האלב
  • רבי נפתלי חיים האלבערשטאם זצ ל ה תרנ ה - י שבט ה תש ד פון גארליץ. רבי נפתלי חיים איז געבוירן אין יאר ה תרמ ה אומגעפער צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם
  • האלבערשטאם ער האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון הרב משה האלבערשטאם רב אין בארדיאוו הרב צבי הירש האלבערשטאם ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב דוד צבי זעהמאן
  • רבי נפתלי האלבערשטאם זצ ל י ד חשוון ה תקצ ח - כ א כסליו ה תרכ ד דער עלסטער זון פון שינאווער רב. רבי נפתלי איז געבוירן אין אוהעל י ד חשוון ה תקצ ח, צו