ⓘ פעטערבורג. פּעטערבורג איז אַ שטאָט אין רוסלאַנד ביים נעווא טייך אויפן שפּיץ פונעם איינגאָס פון פינלאַנד אויפן באַלטישן ים. אין פאַרשידענע תקופות פון איר געשיכטע ..

                                     

ⓘ פעטערבורג

פּעטערבורג איז אַ שטאָט אין רוסלאַנד ביים נעווא טייך אויפן שפּיץ פונעם איינגאָס פון פינלאַנד אויפן באַלטישן ים. אין פאַרשידענע תקופות פון איר געשיכטע האָט די שטאָט פאַרמאָגט אַנדערע נעמען, ווי פּעטראָגראַד און לענינגראַד.

געגרינדעט פונעם צאר פעטער דער ערשטער פון רוסלאנד אום 27סטן מײַ, 1703, איז זי געווען די הויפּטשטאָט פון דער רוסלענדישער אימפעריע מער ווי צוויי הונדערט יאָר 1713–1728, 1732–1918. פּעטערבורג האָט אויפגעהערט דינען ווי הויפּטשטאָט אום 1918 נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע פון אָקטאָבער 1917. זי איז רוסלאנדס צווייטע גרעסטע און אייראפעס פערטע גרעסטע שטאט נאך מאסקווע, לאנדאן און סטאמבול. די שטאט האט 4.6 מיליאן איינוואוינערס, און מער ווי 6 מיליאן מענטשן וואוינען אין דער סביבה. פעטערבורג איז א הויפט אייראפעישער קולטורעלער צענטער, און א וויכטיגער רוסישער פארט אויפן באלטישן ים.