ⓘ חיים האלבערשטאם. רבי חיים איז געבוירן אין יאר התקנז אין דער שטאט טארניגראד, פוילן, צו זיין פאטער הרב אריה לייביש האלבערשטאם, אן אייניקל פון הרב צבי הירש חריף, ר ..

                                     

ⓘ חיים האלבערשטאם

רבי חיים איז געבוירן אין יאר התקנ"ז אין דער שטאט טארניגראד, פוילן, צו זיין פאטער הרב אריה לייביש האלבערשטאם, אן אייניקל פון הרב צבי הירש חריף, רב אין האלבערשטאט פארפאסער פון די ספרים שו"ת עטרת צבי און כוס ישועות אויף מסכתות, א זון פון הרב נפתלי הירץ אשכנזי רב אין לעמבערג. און צו זיין מוטער מרת מרים די טאכטער פון הרב דוד פון טארניגראד, א זון פון הרב זלמן, א זון פון הרב דוד רב אין יאריטשאוו, דער יונגסטער זון פון הרב צבי אשכנזי, באקאנט אלס דער חכם צבי.‏

רבי חייםס פאטער, רבי לייביש, האט זיך באשעפטיגט אין האנדל, זיך צו ערנערן פון זיינע אייגענע הענט. אין א געלעגנהייט ווען רבי לייביש איז געפארן קיין דאנציג האנדלען האט ער אנגעטרויטן ביי זיין רבין הרב אברהם משה א זון פון הרב צבי הירש פון פשעווארסק, באקאנט אלס "דער ערשטער רבי משהלי פשעווארסקער", האט ער געהערט ווי זיין רבי האט זיך אויסגעדריקט צו די רביצין אז זיי דארפען האבען א געוויסע סומע געלט צו קענען חתונה מאכן זייער טאכטער. רבי לייביש האבנדיג ביי זיך די סומע, האט ער דאס דירעקט געגעבן דעם רבין, דארפער האט ער באקומען א ברכה פון זיין רבין ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער ער האט דעמאלס נאך נישט געהאט קיין קינדער און האבן א זון וואס וועט באלייכטן די וועלט.

                                     

1. זיינע רביס

ווען רבי חיים איז געווען אלט קנאפע צוויי יאר זענען זיינע עלטערן פונקט געווען מיט אים אין דער שטאט בראד ווען סהאט אויסגעבראכן דער גרויסער פייער שריפה, צוזאמען מיט די אנדערע יידן זענען זיי אנטלאפן אין דעם נאנטן שטעטל סאסאוו.

אנקומענדיג קיין סאסאוו איז זיין מוטער באלד אריין געלאפן מיט א געוואלד צום רבין רבי משה לייב סאסאווער, באקלאגנדיג, אז דער קליין יונגעלע איז זייער איבערגעשראקן און זי קען אים נישט בארוהיגן. אויף דער פראגע פון רבי משה לייב סאסאווער פארוואס ער וויינט, האט ער געזאגט, איך האב געזען ווי יידן לעשן און די דייטשן צינדן אָן!!

יארן שפעטער פלעגט דער צאנזער רב אסאך דערציילן פון דער צייט וואס ער איז געווען אין סאסאוו, ווען זיינע חסידים האבן זיך געוואונדערט, ווי אזוי ער קען געדענקען פון ווען ער איז קוים אלט געווען צוויי יאר, האט ער געענטפערט: גלייבט מיר, ווען איך זאל וועלן, וואלט איך געקענט מיך דערמאנען אלס וואס איז מיט מיר פארגעקומען פון מיין באשאפן, נאר, אויב שוין אנשטרענגען דעם זכרון, דארף מען בעסער זיך דערמאנען אויף וואס מען דארף תשובה טון.

יונגערהייט האט רבי חיים געלערנט אין טארניגראד ביי רבי אליעזר הורוויץ פארפאסער פון ספר נועם מגדים וכבוד התורה, זיין רבי פלעגט שטענדיג איבערזאגן דעם קל וחומר וואס ער האט געהערט פון זיין יונגן תלמיד, מה דאך סאלדאטן פון א קעניג מוזן וויסן זייערע אויפגאבן אויסנווייניג, איז דאך זיכער אז יידישע קינדער וואס זענען סאלדאטן פון קעניג פון אלע קעניגן מלך מלכי המלכים מוזן וויסן אלע תרי"ג מצוות אויסנווייניג.

אין עלטער פון דרייצן יאר האט רבי חיים באקומען סמיכה פון זיין רבי מובהק, רבי משה יהושע העשל אורנשטיין, פארפאסער פון ספר הים התלמוד, וועלכער איז אויפגענומען געווארן רב אין טארניגראד אין יאר התקס"ח.

אויך האט ער געלערנט ביי רבי שלמה זלמן העלער רב אין פרעמישלא. רבי חיים האט אויך באקומען היתר הוראה פון רבי אפרים זלמן מרגליות פון בראד. רבי חיים איז געווען באקאנט אין זיין דור ווי איינע פון די גדולי הדור, אזוי קען מען דערקענען פון זיין קארעספאנדענץ מיט די גרעסטע רבנים אין זיין דור.

נאך א קורצע צייט איז רבי משה יהושע העשל אורנשטיין אוועק פון טארניגראד, אויף זיין פלאץ איז אויפגענומען געווארן אלס רב, רבי יוסף הורוויץ-שטערנפעלד, א ברודער פון רבי יעקב יוסף הורוויץ, דער חוזה פון לובלין, רבי חיים איז באלד צוגעצויגן געווארן צום נייעם רב, וועלכער האט אים אויסגעלערנט די פונדאמענטן יסודות פון דעם דרך החסידות.

רבי נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב איז געווען זיין רבי מובהק אין חסידות, פון אים האט ער געשעפּט צוועלף יאר תורה און עבודה. נאך די פטירה פון ראפשיצער רב איז רבי חיים געפארן צו רבי הערשלע זידיטשובער.

חסידים דערציילן ווען רבי חיים איז געקומען דאס ערשטע מאל צו רבי הערשלע זידיטשובער האט רבי הערשלע זידיטשובער אים ענטפאנגען מיט גרויס פרייד, און דערביי זיך שטארק צעוויינט. ווען די נאנטע האבן אים געפרעגט, ווי קומט דער גרויסער געוויין אין מיטן אזא גרויס פרייליכקייט, האט רבי הערשלע געענטפערט, צו ענטפאנגן אזא גאסט האט אין מיר טאקע געשאפן א גרויס פרייד, אבער זיין קומען האט מיך דערמאנט, אז דער ראפשיצער רב איז שוין נישט מיט אונז האב איך מיך שטארק צעוויינט.

רבי חיים האט נאך אלץ יונגער-מאן אריינגעכאפט צו פארן צו רבי אברהם יהושע העשל פון אפטע, דער אוהב ישראל. אויך צו רבי מאיר הלוי ראטטענבערג, דער אור לשמים, איז רבי חיים געפארן נאך אלץ יונגער-מאן. ווען רבי מאיר אפטער האט דאס ערשטע מאל געזעהן רבי חייםן האט ער פון גרויס באגייסטערונג געמאכט א די ברכה שהחיינו בשם ובמלכות.

אויסערדעם איז רבי חיים געווען אומגעפער ביי אלע צדיקים און זיין דור.

שוין אין זיין צייט האט דאס צאנזער חסידות געציילט טויזנטער חסידים. רוב פון זיינע זין און איידעמעס זענען געווען רביס, און זיינע קינדער און אייניקלעך האבן אויפגעשטעלט אסאך חסידישע הויפן. די צאנזער הויפן וואס ווערן געפירט היינט זענען: צאנז-קלויזנבורג, זשמיגראד, באבוב און סטראפקאוו.

                                     

2. לייפניקער שידוך

ווען דעם לייפניקער רבס זון, הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל איז אמאל געפארן קיין לייפציג, האט ער זיך בארעכענט, און איז אויפן וועג אריין געפארן קיין טארניגראד כאפן א שמועס מיט רבי חייםל, דער יונגער עילוי, וואס ער האט אזויפיל געהערט רעדן איבער אים. אבער וויפיל ער האט געהערט איז דאס נאך גארנישט געווען קיין פארגלייך צו וואס ער הטו געזען פאר זיך, פון גרויס באגייסטערונג פאלט אים איין צו שדכןען דעם בחור פאר זיין שוועסטער רחלע, און שרייבט זאפארט א בריוו פאר זיין פאטער, אז ער האט געטראפן א פאסיגן בחור פאר זיין געראטענע טאכטער.

דער אייבערשטער פירט זיין וועלט, די זעלבע צייט וואס דער בריוו איז אנגעקומען צום לייפניקער רב איז רבי חייםלס פאטער רבי לייביש געפארן קיין אולמיץ, און ווי זיין שטייגער פלעגט זיין, האט ער זיך אויפגעהאלטן אויפן וועג עטליכע טעג ביים לייפנקער רב אויף דורך צושמועסן פארשידענס.

דער לייפניקער רב לייענט דעם בריוו איינמאל און נאכאמאל, און ער האט געוויסט אויב זיין זון איז אזוי באגייסטערט פון דעם, מוז ער טאקע זיין א ספעציעלער אויסנאם וואס מטאר נישט אדורך לאזן. אבער ער האט גארנישט געקענט טוהן, ער איז שוין געווען פארבונדן מיט רבי אפרים זלמן מרגליות פון בראד, וועמען ער האט שוין געגעבן זיין צושטימונג צו שליסען מיט אים א שידוך, נאר ער ווארט נאך דער צושטימונג פון די אנדערע זייט, וועלכע ער האט געגעבן צייט א וואך צו ענטפערן. ער האט געפרעגט דעם ניקלשבורגער רב, רבי מרדכי באנעט וואס צוטוהן, און ער האט געענטפערט קורץ מיט א שפריכווארט, "דאס וואס איר פרעגט וועגן שידוך, וואס קען דען זיין בעסער ווי חיים מיט ברוך, א געבענטשט לעבן אויף אייך און אלע יידן". דער לייפניקער רב האט איבערגעווארט די פּאָר טעג און ווען פון בראד איז נישט געקומען קיין אנטווארט האט ער דערציילט פאר רבי לייבישן וועגען דעם שידוך וואס זיין זון האט פארגעשלאגן.

די פרייד פון רבי לייבישן, הערענדיג אז דער לייפניקער רב וויל זיך מיט אים משדך זיין איז שווער צובאשרייבן, א קלייניקייט א שידוך מיטן לאנד-רב פון מערן, הערשט יעצט וועט זיין עילוי האבן זיין ריכטיגן אויסשטייגונג תכלית, און זעלבספארשטענדליך האט ער זאפארט צוגעשטימט דערצו. נאכדעם וואס מען האט אפגעשריבן די תנאים איז אנגעקומען א שליח פון רבי אפרים זלמן מרגליות פון בראד אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, דעמאלס האט דער לייפניקער רב געזען אז דער שידוך איז אפגעשריבן פון אויבן.

                                     

3. רבנות

רודניק איז געווען א חסידיש שטעטל אנהענגער חסידים פון דעם ראפשיצער רב. ווען דאס רבנות אין רודניק איז פריי געווארן זענען די שטאט פארוואלטערס אריין געפארן צום ראפשיצער רב, פרעגן זייער רבין וועמען מען זאלן אויפנעמען אלץ רב אין זייער שטעטל. דער ראפשיצער רב האט געעפנט א חומש און עס האט זיך אויפגעמישט ביים פסוק ראה נתתי לפניך את החיים וגו ובחרת בחיים למען תחיה דברים ל ט"ו-י"ט. רופט זיך אן דער ראפשיצער רב צו זיי, חיים דער זון פון רבי לייביש, ער איז דער פאסיגער רב פאר אייך, כאטש א יונגער מאן, אבער ער וועט נאך פארשיינען א וועלט מיט זיין גאונות. זעלבספארשטענדליך, די שטאט פארוואלטערס זענען אריין געפארן קיין לייפניק און אויפגענומען רבי חיים אלס רב אין רודניק.

שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין צאנז וואו ער איז באקאנט געווארן אלס רבן של כל בני הגולה.

                                     

4. הסתלקות

אין יאר התרכ"ז האט דער געזונט צושטאנד פון רבי חיים אנגעהויבן שוואכער צו ווערן און ער האט אויפגעהערט ארומצופארן. אין יאר התרל"ו איז זיין פיזישער גייסט שטארק אראפגעקלאפט געווארן איבער דעם געריכט וואס איז געפירט געווארן קעגען דעם צאנזער בית דין. פאר פסח האט רבי חיים געלאזט פאלען פארשידענע איינוויזונגן אז זיין צייט איז קורץ. רבי חיים איז נפטר געװארן כ"ה ניסן התרל"ו.

                                     

5. פאמיליע

בזיווג ראשון האט רבי חיים געהייראט מרת רחל פייגא התק"ס אומגעפער - כ ניסן התר"ה), א טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, באקאנט אלס דער ברוך טעם. זייערע קינדער:

  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם כ שבט התקע"ו – ו טבת התרנ"ט, דער שינאווער רב, באקאנט אלס דער דברי יחזקאל.
  • הרב דוד האלבערשטאם התקע"ח - כ"ה אלול התרנ"ג דער קשאנאווער רב.
  • הרב מאיר נתן האלבערשטאם התקפ"ה – ט"ו מנחם אב התרט"ו, דער פאטער פון דעם ערשטען באבאווער רב.
  • הרב אהרן האלבערשטאם התקפ"ו – ר"ח מנחם אב התרס"ג, דער צאנזער רב בעל קדושת אהרן, באקאנט אלס דער "קרייזער רב".
  • הרב ברוך האלבערשטאם התקפ"ט – ר"ח אדר התרס"ו, דער גארליצער רב.
  • מרת מרים - ד חשוון התרנ"ט, די ווייב פון הרב משה אונגאר התק"ף אומגעפער – י"ח תשרי התרנ"ח) פון דאמבראווא.
  • מרת רייצא - כ"ה תמוז התרע"ח, די ווייב פון הרב מרדכי דוב טווערסקי הת"ר – כ"ב אלול התרס"ג, דער הארניסטייפלער רב.
  • מרת יוטא, די ווייב פון הרב אליעזר ירוחם באראן התק"ץ אומגעפער - ג ניסן התרמ"ה) פון קראקא.

נאך דער פטירה פון זיין ערשטע ווייב האט רבי חיים געהייראט בזיווג שני איר שוועסטער, א צווייטע טאכטער פון ברוך טעם. זי איז נפטר געווארן אן קינדער.

בזיווג שלישי האט רבי חיים געהייראט מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון הרב יחיאל צבי הירש אונגאר פון טארנא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, דער דאמבראווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת נחמה - כ"א סיון התרצ"ד, די ווייב פון הרב יצחק טוביה רובין י"ג תמוז התרי"ח - ט"ו תמוז התרפ"ז, פון גלאגאוו.
  • מרת טילא - י"ט כסליו התרנ"ה, די ווייב פון הרב אהרן הורוויץ התר"י - י"ב אדר א התרפ"ז, דער בייטשער רב.
  • אריה לייביש האלבערשטאם ער איז אוועק אלס קינד פון זיבן יאר.
  • הרב שלום אליעזר האלבערשטאם הי"ד התרכ"ב – ט"ז סיון התש"ד, דער ראטצפערטער רב.
  • הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם הי"ד התרכ"ד – התש"ג, דער טשחויווער רב.
  • מרת פראדיל - ד אייר התרע"ג, די ווייב פון הרב אלעזר ראזענפעלד י ניסן התרכ"ב - ז מנחם אב התש"ג, רבי אלעזרל אשפעצינער.
  • מרת גיטשא - זי איז אלט געווען ניין יאר ווען דער צאנזער רב איז אוועק - די ווייב פון הרב בצלאל יהושע מאשקאוויטש הת"ר אומגעפער - ה תמוז התרע"ה), פון גלינא.

בזיווג רביעי האט רבי חיים געהייראט מרת רבקה פון גארליץ א טאכטער פון הרב אלימלך טארם, א זון פון הרב נתן לייב, א זון פון הרב מנחם מענדל רב אין רימאנאוו.



                                     

6. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד


                                     
  • ר חיים יושע האלבערשטאם איז דער סאטמארער רב פון מאנסי, ער איז אן איידעם פון ר משה טייטלבוים, אןן א זון פון הרב ר יעקב יוסף האלבערשטאם דער רב פונעם ביהמ ד
  • זיין פאטער הרב שלמה האלבערשטאם שפעטער רב אין באבוב, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים און צו זיין מוטער
  • רבי חיים יהושע האלבערשטאם זצ ל ה תרע ב - ג כסלו ה תש ג פון באבאוו. רבי חיים יהושע איז געבוירן אין באבאוו אין יאר ה תרע ב, צו זיין פאטער הרב בן - ציון
  • רבי חיים נחום האלבערשטאם זצ ל ה תר ם - י ב ניסן ה תרפ א רב אין מאשציסק רבי חיים נחום איז געבוירן אין יאר ה תר ם, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם רב
  • צעטײלן צו עטלעכע בא דײ טן: רבי חיים האלבערשטאם ה תקנ ז - כ ה ניסן ה תרל ו רב אין צאנז, דער דברי חיים רבי חיים האלבערשטאם ה תרמ ב י ט כסלו ה תש ב
  • חיים ברוך האלבערשטאם הי ד ה תרמ ז - ה תש ב רב אין פריסטיק. רבי חיים ברוך איז געבוירן ה תרמ ז אומגעפעהר צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל האלבערשטאם
  • רבי חיים האלבערשטאם זצ ל ה תרמ ב י ט כסלו ה תש ב רב אין סאטמאר. רבי חיים ל איז געבוירן אין יאר ה תרמ ב, דער עלצטער זון צו זיין פאטער הרב שלום אליעזר
  • אין סיגעט. רבי חיים צבי האט געהייראט מרת סימא ברכה, א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם רב אין ראצפערט, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב
  • רבי חיים יצחק אייזיק האלבערשטאם הי ד ה תרנ ט - ה תש ג רב אין סלאטפינא רבי חיים אייזיק איז געבוירן אין יאר ה תרנ ט אומגעפער צו זיין פאטער הרב יהושע
  • שפע חיים רבי זלמן לייב איז געבוירן אין רודניק, ד שבט ה תרס ה צו זיין פאטער הרב צבי הירש האלבערשטאם רב אין רודניק, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם רב
  • זיין פאטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים און צו זיין מוטער מרת חנה עלקא א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב