ⓘ אדמורים אין ארץ ישראל ..

ישראל אליעזר אדלער

הרב ישראל אליעזר איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נפתלי חיים אדלער, דזשיקאווער רבי אין נתניה, א זון פון רבי מרדכי יהודה אדלער פון ירושלים, אן איידעם פון רבי אליעזר ניסן הורוויץ פון צפת, א זון פון רבי נפתלי חיים הורוויץ פון ירושלים, א זון פון רבי מאיר הורוויץ, דער "אמרי נועם" פון דזשיקאוו, און צו זיין מוטער מרת הינדא, די טאכטער פונעם וויזשניצער רבין רבי חיים מאיר האגער, א זון פון דעם "אהבת ישראל" פון וויזשניץ רבי ישראל האגער, דער איידעם פונעם "אמרי נועם" פון דזשיקאוו.

דוד משה ראזענבוים (קריית גת)

רבי דוד משה איז דער עלטסטער זון פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים, קרעטשענעווער רבי פון קרית גת, און יוטא מרים. ער איז געבוירן אין תשל"ג; אין א בונד געשלאסן מיט דער באטייליגונג פון זיין זיידן רבי איתמר ראזנבוים, האט מען אים א נאמען געגעבן דוד משה, נאכן זיידן רבי דוד משה פון קרעטשניף. ער האט חתונה געהאט מיט בת שבע, טאכטער פון רבי עקיבא ראבינאוויטש - דער פאריסאווער רבי. נאך זײַן חתונה האָט ער געוואוינט אין קרית גת.

יוסף דוד טייטלבוים

רבי יוסף דוד טייטלבוים, איז דער סאסאווער רבי אין קרית ישמח משה געגנט אינעם שטעטל "גני תקווה" זייט יאר התשכ"ו. ער איז אויכעט באקאנט אלס א פעדאגאגישער עצה-געבער.

אברהם שלום ישכר דוב ליפשיץ-האלבערשטאם

רבי אברהם שלום ישכר דוב איז געבוירן געווארן אין דער שטאט באמבערג, דייטשלאנד, צו זיין פאטער רבי יחזקאל שרגא פון סטראפקאוו, וועלכער האט געדינט דעמאלטס אלס דער רב פון דער שטאט נאך דער צווייטער וועלט קריג, און צו זיין מוטער מרת טאבא, טאכטער פון רבי יחיאל מיכל שלאגער אב"ד באקאטשיבצי. ער הייסט נאך צוויי פון זיינע זיידעס - רבי אברהם שלום האלבערשטאם, און רבי ישכר דוב ליפשיץ פון אונגוואר. אום כ"ט כסליו התשי"ט, אין עלטער פון צוויי יאר איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. נאך א קורצער תקופה וואוינענדיג אין באר יעקב, האט זיך זיין פאטער באזעצט אין דער שטאט רמלה, דארט וואו האט ער אויפגעגרינדעט זיין בית מ ...

שמעון לעמבערגער

רבי שמעון לעמבערגער איז דער מאַקאָווער רבי. ער איז א תלמיד פון זיין טאטן רבי משה נתן נטע לעמבערגער בעל "עטרת משה", פון איין זייט פירט ער זיך אויף ווי א גערער חסיד, ער האט זיך אסאך געווייקט ביים גערער רבין דער בית ישראל, אבער ער נאשט און האט זיך געדרייט ביי אלע גדולי ישראל. און ווייסט א וועלט פון חסידות. ער איז אן איידעם ביי הרב אלחנן היילפרין פון לאנדאן. ער וואוינט אין קרית אתא א שטעטל אין די גלילות פון חיפה וואס האט אמאל אין די נאך צווייטער וועלט מלחמה יארן געדינט אלס א היימישער יישוב פון אונגערישע חרדישע אידן. צוליב די פרנסה מקור אין חיפה וואס איז אן אינדוסטעריעלע שטאט. ער איז פארבליבן ד ...

ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום)

רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן בן שלום, איז געווען דער פאשקאנער רבי, א דאקטאר פון היסטארישער וויסנשאפט און א דאצענט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט און אויך אין דעם בן גוריון אוניווערסיטעט אין באר שבע. צוזעצליך ער האט געדינט אלס ראש ישיבה פון דער מזרחי-הסדר ישיבה "אהבת ישראל" אין דעם שטעטל נתיבות.

יוסף יואל קאהן

ר יוסף יואל קאהן איז דער רבי פונעם "מבקשי אמונה" חסידות. ער איז דער יונגסטער זון פונעם פריערדיגן תולדות אהרן רבי, רבי אברהם יצחק קאהן, און פון מרת יענטא, א טאכטער פון הרה"ק רבי אהרן ראטה, דער גרינדער פון דער שומרי אמונים - תולדות אהרן דינאסטיע. ער איז אן איידעם פון רבי מנחם מענדל מאנדערער, דער געוועזענער קאסאווער רבי פון ירושלים. רבי יוסף יואל ווידמעט זיין צייט און באשעפטיגט זיך מיט קירוב. ער פירט זיך צו פראווען שבתים און פירן טישן אין פארשידענע שטעט און זידלונגען, וואס עס וואוינען פרייע אידן אדער אזעלכע וועלכע געהערן צו דער מזרחי באוועגונג, כדי זיי צו מקרב זיין צו אידישקייט. אויסער דעם די ...

נפתלי ראובן קארנרייך

רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר התשי"ד אין ברוקלין צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ער איז א צאנזער אייניקל. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער טשעבינער ישיבה, און שוין דארט האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט. דורכאויס זיינע יארן אין ישיבה איז ער פארהערט געווארן ביי פארשידענע רביס און רבנים. נאך אלס חתן האט ער געקריגט שוין זיין היתר הוראה פון די גרעסטע באוואוסטע רבנים ווי רבי יצחק יעקב ווייס און רבי משה האלבערשטאם. אין יאר התשל"ד, האט ער געהייראט מרת רחל, די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי אליעזר האגער, דער פריע ...