ⓘ דוד האלבערשטאם, קשאנאוו. רבי דודל איז געבוירן אין רודניק אין יאר התקעח, דער צווייטער זון צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת ..

                                     

ⓘ דוד האלבערשטאם (קשאנאוו)

רבי דודל איז געבוירן אין רודניק אין יאר התקע"ח, דער צווייטער זון צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם. זיין פאטער פלעגט אים רופן "דער הייליגער רב".

                                     

1. רבנות

פון יונגערהייט איז רבי דודל געזעצן און געלערנט מיט א געוואלדיגע פלייסיקייט, מען האט געזאגט אויף רבי דודל א גוזמא, "ער לערנט פינף און צוואנציג שטונדן א טאג".

רבי דודל האט געלעבט מיט אן אויסערגעווענלעכע מינימאלע פארברויך, און מיט א צוריק געהאלטנקייט פון אלע וועלטלעכע פארגעניגןס. זיין עלטערער ברודער דער שינאווער רב האט אים געריפן דער צדיק הדור.

רבי דודל איז געפארן צו רבי צבי הירש פון רימאנאוו, צו דעם סבא קדישא פון ראדאשיץ און נאך צדיקים. רבי דודל איז געווען שטארק באפריינדעט בידידות מיט דעם תפארת שלמה פון ראדאמסק.

אין יאר התרי"א האט מען אויפגענומען רבי דודל רב אין קשאנאוו, זיין פאטער דער צאנזער רב איז געקומען צו זיין באקרוינונג. דאס רבנות איז אים נישט אזוי לייכט אנגעקומען, פון איין זייט איז רבי דודל געווען א געוואלדיגער עניו און זייער א ווייכער פון נאטאר, פון די אנדערע זייט האט ער זיינע אויפטראגן דורך געפירט מיט א שטארקע פעסטקייט אן קיין שום נאכגעבן פשרות.

א שווערן קאמף האבן אנגעפירט קעגן אים די ראדאמסקער חסידים. נאך דעם וואס רבי דודל איז געווארן רב, האט ער אוועק געשטעלט א שליח צבור אויף וועמען מען האט גערעדט אז ער פירט זיך נישט ארנטליך, וועלכער איז געווען פון די ראדאמסקער חסידים. דערפאר האבן זיי שטארק גערודפט רבי דודל און ער האט געמוזט זיך אויסבאהאלטן פון דער שטאט אויף א לענגערער צייט פאר שרעק פון די רעגירונגס לייט.

ווידער אמאל יארן שפעטער, אין יאר התרל"ו האט רבי דודל געלייגט א חרם אויף רבי העשע גראס וועלכער איז געווען א פערזענליכקייט און א תלמיד חכם, וויבאלד ער האט פארטיידיגט זיינע קעגנער, די סאדיגורא זייט, און ער האט געמוזט איבער בעטן רבי דודל מיט גרויס שאנדע. מיט פיל אינטערווענירונג האבן רבי דודלס גוטע פריינד ערלעדיגט מען זאל אים נישט איינזעצן, און זאל נישט ווידער דארפן אנטלויפן.

דער טריסקער מגיד האט געזאגט אויף אים: "איך האב דאך עפעס געקענט אלטע צדיקים, אבער אזוי מזאל האבן אויף זיך דעם צלם אלקים אינגאנצן אזוי ווי מהאט אים איבערגעגעבן אין דעם סאנזער רבס א זון ר דודל, ער וואוינט דאכט זיך מיר אין קשאנאוו, ער האט דעם גאנצן צלם אלקים".

                                     

2. פאמיליע

רבי דודל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת עכסה גיטל א טאכטער פון הרב יוסף זאב פון טארניגראד ער האט געהאט הענגען העכערן בעט, א גאלדענער טאוול וואס אין אים איז געווען אויסגערעכנט זיין ייחוס, זי איז געווען דער זעקסטער דור פון מרת עכסה די טאכטער פון אריה"ק וועלכע איז געקומען פון ארץ ישראל קיין פוילן. זייערע קינדער:

  • הרב יוסף זאב האלבערשטאם התקצ"ז - כ"ג אלול התרכ"ב, פון קשאנאוו.
  • הרב אריה לייביש האלבערשטאם התקצ"ח - אדר א התרס"ח, רב אין דוקלא.

בזיווג שני האט רבי דודל געהייראט מרת לאה זיסל צינץ, זי איז געווען אן אייניקל פון יד הקטנה. זייערע קינדער:

  • הרב משה האלבערשטאם הת"ר - ה אדר התרע"ה, רב אין קשאנאוו.
  • הרב נפתלי האלבערשטאם התר"י - כ"ט תמוז התרפ"ג, רב אין קשאנאוו.
  • מרת בריינדיל, די ווייב פון הרב אלעזר ווייסבלום פון ריישא.
  • מרת מרים, די ווייב פון הרב יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשאווניצא.
  • מרת הינדא, די ווייב פון הרב משה יוסף טייטלבוים, רב אין אוהעל.
  • די ווייב פון הרב שלום שפירא רב אין פשיטיק, א זון פון הרב יעקב יצחק שפירא פון בלענדאוו, א זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא, דער "שרף" פון מאגליניצא.
  • מרת שרה גיטל, די ווייב פון הרב שמעון אלטער תאומים-פרענקל, רב אין פאדגארזע.
                                     

3. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
                                     
  • האלבערשטאם, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין קשאנאוו א זון פון הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו
  • אין קשאנאוו רבי נפתלי האלבערשטאם זצ ל ה תר י - כ ט תמוז ה תרפ ג רב אין קשאנאוו רבי מנחם מענדל האלבערשטאם דער לעצטער רב אין קשאנאוו רבי דוד האלבערשטאם
  • רבי משה האלבערשטאם זצ ל ה ת ר - ה אדר ה תרע ה רב אין קשאנאוו רבי משה איז געבוירן אין יאר ה ת ר אומגעפעהר צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער
  • פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו א זון פון הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער
  • נפתלי האלבערשטאם זצ ל ה תר י - כ ט תמוז ה תרפ ג רב אין קשאנאוו רבי נפתלי איז געבוירן אין יאר ה תר י אומגעפער צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם דער
  • זיין פאטער הרב יוסף אלימלך האלבערשטאם רב אין קשאנאוו א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין קשאנאוו א זון פון הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער רב, א זון
  • זאב האלבערשטאם זצ ל ה תקצ ז - כ ג אלול ה תרכ ב פון קשאנאוו רבי יוס עלע איז געבוירן אין יאר ה תרצ ז אומגעפער צו זיין פאטער הרב דוד האלבערשטאם דער
  • האלבערשטאם זצ ל - רב אין ציעשינאוו און יעראסלאוו. רבי יעקב ישראל איז געבוירן צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם רב אין קשאנאוו א זון פון הרב דוד
  • פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו א זון פון הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און צו זיין מוטער
  • אריה האלבערשטאם זצ ל ה תרמ ח - ח אלול ה תש ג פון גארליץ רבי אריה איז געבוירן אין יאר ה תרמ ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם רב אין קשאנאוו א זון
  • חיים יהושע האלבערשטאם א זון פונעם באבאווער רב רבי בן - ציון האלבערשטאם הי ד., און פון מרת לאה, א טאכטער פון רבי ברוך האלבערשטאם פון קשאנאוו ער האט געהייראט
  • א זון פון הרב אשר מאיר האלבערשטאם רב אין באכניא, א זון פון הרב יוסף זאב האלבערשטאם פון קשאנאוו א זון פון הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער רב, א זון