ⓘ אריה לייביש ליפשיץ. רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו אין יאר התקכז אומגעפער צו זיין פאטער ר׳ חיים ליפשיץ ר׳ חיים ״ציצית מאכער״,‏ אן אייניקל פון הרב נתן נטע ..

                                     

ⓘ אריה לייביש ליפשיץ

רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו אין יאר התקכ"ז אומגעפער צו זיין פאטער ר׳ חיים ליפשיץ ר׳ חיים ״ציצית מאכער״,‏ אן אייניקל פון הרב נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות. אויף זיין טאטען האט שוין דער רבי פון לובלין מעיד געוועהן אז ער איז א בעל רוח הקודש.

ביי די ניין יאר האט ער שוין געשמט אלס עילוי און בקי אין ש"ס בבלי און ירושלמי, און איז דעמאלטס געווארן א תלמיד פון הגאון המפו רבי יצחק חריף אבד"ק סאמבור בעמח"ס שו"ת פני יצחק. שפעטער איז ער געווארן א תלמיד פון קצות החושן.

זיין רבי אין חסידות איז געווען דער חוזה, אויך איז ער געפארן צום קאזשניצער מגיד און רבי מענדעלע רימאנאווער.

                                     

1. רבנות

אין יאר התר"ס איז רבי לייביש געווארן רב אין קרעשאוו, נאכהער אין בילגוריי, אין יאר התקס"ח ווען זיין שווער דער ישמח משה איז געווארן רב אין אוהעל האט רבי לייביש איבער גענומען דאס רבנות אין שינאווא, אין יאר התק"ץ איז רבי לייביש אויפגענומען געווארן רב אין ווישניצא און איר אומגעגנט אריין רעכנדיג בריגעל און באכניא. חול המועד סוכות התקצ"ח איז רבי לייביש פארטריבן געווארן פון ווישניצא אין ער האט זיך באזעצט אין בריגעל.

צווישן די וועלכע זענען געפאָרן צום אריה דבי עילאי זענען אויך געווען די צדיקים: רבי מרדכי דוד דאמבראווער, רבי בעריש אָשפיצינער, רבי שלום קאמינקער, רבי הערש משרת פון רימאנאוו, רבי אשרל ראפשיצער, דער צאנזער רב, רבי אליעזרל דזשיקאווער, רבי אָרון קראקאווער און זיינע קינדער.

                                     

2. פאמיליע

רבי לייביש האט געהייראט בזיווג ראשון די טאכטער פון א נגיד אין פרעמישלא, וואס האט געזוכט אן איידעם א למדן; אבער זי האט געוואלט אז ער זאל עוסק זיין אין מסחר, און זיי האבן זיך גע׳גט.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת חנה אן איינציגע טאכטער בת יחידה פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. זיינע קינדער:

  • הרב ירוחם טייטלבוים התקפ"ג - ו ניסן התרנ"ט, פון טארנא, ער ליגט אין הר הזיתים.
  • הרב אריה לייביש טייטלבוים הת"ר - י"ז אלול התרפ"ג, רב אין קרעשאוו און רודניק. ער האט געהייראט מרת יוכבד רבקה, א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, רב אין גארליץ.
  • הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ התק"ן אומגעפער - א אלול התרט"ו), רב אין בריגעל, ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ דער ערשטער, רב אין לינסק. זייערע קינדער
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב בצלאל ישעיה בערנשטיין, דיין אין ירושלים.
  • די ווייב פון הרב נפתלי טייטלבוים, א זון פון איר שוועסטער-קינד הרב מנשה טייטלבוים, ראש בית דין אין בריגעל.
  • מרת חנה די ווייב פון הרב רפאל גוטווירטה, פון ראדאמישל.
  • מרת חנה, די ווייב פון הרב מנשה טייטלבוים ראש בית דין אין בריגעל.
  • מרת צירל, די ווייב פון הרב נח שיף.
  • הרב טוביה ליפשיץ י"ד ניסן התקפ"ה - ח אדר התרע"ב, ממלא מקום פון פאטער, רב אין בריגעל. ער האט געהייראט מרת מינדל א טאכטער פון הרב ישראל יצחק פינקלער פון ראדאשיץ. זייערע קינדער
  • מרת אסתר, די ווייב פון הרב מנחם מענדל שפירא רב אין בערהאמעט.
  • מרת חנה די ווייב פון ר יוסף גערטנער.
  • ר אליעזר ליפשיץ פון קראקא.
  • הרב מאיר ליפשיץ פון קראקא.
  • ר משה ליפשיץ פון קראקא.
  • הרב יעקב שפיץ, פון קאלאמיי.
  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב מאיר שפיץ.
  • מרת מירל, די ווייב פון הרב אברהם כ"ץ שענורער.
  • מרת חיה שרה, די ווייב פון הרב ישראל מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו, א זון פון איר פעטער הרב חיים דוב בעריש ליפשיץ.
  • הרב ניסן כ"ץ שענורער רב אין זעקלטשין.
  • מרת פעסיל די ווייב פון הרב שמואל האלבערשטאם פון בארדיאוו.
  • הרב ישראל מאיר ליפשיץ רב אין יאנוב. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, רב אין בריגעל. זייערע קינדער
  • הרב חיים דוב בעריש ליפשיץ התקנ"ה אומגעפער - כ"ג תשרי התר"י), רב אין יאנוב, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף קעזוס, רב אין יאנוב און חעלם. זייערע קינדער
  • הרב יוסף זכריה מנחם ליפשיץ, רב אין סליפיא.
  • הרב אריה לייביש ליפשיץ רב אין סאפקאוו און אפטא.
  • הרב משה ליפשיץ פון יאנוב.
  • הרב אהרן זעליג ליפשיץ התק"ס אומגעפער - כ סיון התרל"ח), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישניצא. ער האט געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא. ער ליגט אין ווישניצא
  • מרת חיה לאה בזיווג ראשון די ווייב פון הרב פייוויש היילפרין פון ברעזאן. בזיווג שני די ווייב פון הרב שמחה באכנער
  • מרת רחמה, די ווייב פון הרב דוד וועבער.
  • מרת קיילא, בזיווג שני די ווייב פון הרב יהודה פון דעמביץ.
  • הרב שמואל יוסף ליפשיץ, פון ראדאמישל.
  • הרב צבי יונה ליפשיץ, פון ווישניצא.
  • מרת שרה טאבא, די ווייב פון הרב משה קראקאווער.
  • מרת רעכיל, די ווייב פון הרב אפרים פון ראדאשיץ
  • הרב נתן נטע דוב ליפשיץ, פון וויעלעפאלי. ער ליגט אין ווישניצא
  • מרת טאבא - התקצ"ט, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, בזיווג ראשון.
  • מרת צירל טילא, די ווייב פון הרב צבי הירש הכהן גלאנץ רב אין קערעסטיר, שפעטער אין שינאווא.
  • די ווייב פון הרב מרדכי זילבערשטיין, רב אין האלאשיץ דער שווער פון שינאווער רב בזיווג שני.
                                     

3. זיינע ספרים

  • שו"ת אריה דבי עילאי
  • ארי שבחבורה - על מסכת כתובות
  • חדושי אריה דבי עילאי - על מסכת קידושין, יומא, מנחות, קנים, נדה
  • עטרת זקנים - כללי הש"ס
  • קונטרס אריה דבי עילאי - הלכות פסח