ⓘ משה יוסף טייטלבוים. רבי משה יוסף איז געבוירן אין יאר התרה צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, אן אייניקל פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. ..

                                     

ⓘ משה יוסף טייטלבוים

רבי משה יוסף איז געבוירן אין יאר התר"ה צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, אן אייניקל פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

                                     

1. רבנות

רבי משה יוסף האט געגעסען קעסט ביי זיין עלטער-שווער דער צאנזער רב, ער איז געווען פון די שארפע קעפ פון דער חבורה און ער האט געדינט ווי א ראש ישיבה צוזאמען מיט דעם ערשטען באבאווער רב פאר די יונגעלייט וואס האבן געלערנט ביים זיידן אין בית המדרש.

רבי משה יוסף איז געווען רב אין זבאראוו, סטראפקאוו און איהעל.

                                     

2. הסתלקות

רבי משה יוסף איז געפארן צו א סיום הש"ס קיין מאקאווא, אויף דעם וועג צוריק האט ער גענעכטיגט אין בעקעש-טשאבא, האט ער זיך אויסגעדריקט ער ווייס נישט פארוואס ער איז דא אהער געקומען, פיר אזייגער פארטאג האט ער זיך אויפגעהויבן צו גיין צו די באן, און ער איז פלוצלינג נפטר געווארן כ"ד טבת תרנ"ז. מען האט אים געפירט קיין אוהעל, און נאכהער קיין סיגוט, אין ער ליגט דארט אין פאטערס אהל.

                                     

3. פאמיליע

רבי משה יוסף האט געהייראט מרת הינדא די טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:

  • הרב ירחמיאל טייטלבוים, ער האט געהייראט מרת אסתר די טאכטער פון הרב יעקב צבי פון פאריסאוו, ער איז אוועק יונג נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער.
  • הרב ברכיה טייטלבוים התרכ"ה אומגעפער - י"ב ניסן התרע"ז), ממלא מקום פון פאטער, רב אין איהעל.
  • הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, ער איז אוועק אלס יונגערמאן.
  • הרב חיים יעקב טייטלבוים התרל"ד אומגעפער - כ"א חשוון התרצ"ד), רב אין לימאנאוו
  • די ווייב פון הרב נפתלי טייטלבוים רב אין נירבארטור
  • מרת רויזא בלימא, די ווייב פון הרב דוד דוב מייזילש הי"ד התרל"ה - ט"ו סיון התש"ד, רב אין איהעל
  • מרת חיה רבקה, די ווייב פון רבי אליעזר הלוי שטערנפעלד הורוויץ
  • די ווייב פון הרב יהודה לייביש ערליך פון דילאטין.
  • די ווייב פון הרב שלום האלבערשטאם הי"ד התרט"ו - התש"ב, רב אין ניסקא


                                     

4. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד