ⓘ משה האלבערשטאם, בארדיוב. רבי משהלע איז געבוירן אין יאר התרט אומגעפער צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי ..

                                     

ⓘ משה האלבערשטאם (בארדיוב)

רבי משהלע איז געבוירן אין יאר התר"ט אומגעפער צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגעטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

                                     

1. זיינע רביס

רבי משהלע געווען א תלמיד מובהק פון זיין זיידען דער צאנזער רב. אלס יונגערמאן האט זיין פאטער דער גארליצער רב אים געשיקט צום ראדאמישלער הרב שמואל ענגיל ער זאל אים פארהערען הלכות נדה, דער ראדאמישלער רב איז שטארק באגייסטערט געווען פון זיין קלארען פארשטאנד אין שארפן מח, ער האט געזאגט, אז רבי משה האט צוגעטראפן צו יעדען סדרי טהרה כאטש ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געזעהן.

                                     

2. רבנות

אין יאר התרל"ד אויף דעם פארשלאג פון רבי משהלעס זיידע דער צאנזער רב, האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין בארדיאוו בארטפעלד, אויף דעם ארט פון הרב חיים אברהם אורנשטיין וואס איז נפטר געווארן התרל"א.

רבי משהלע צוזאמען מיט זיין שוועסטערקינד דער ערשטער באבאווער הרב שלמה האלבערשטאם האבען זיך אפגעגעבן מיט דאס צוגרייטען צום דרוקן דעם ספר שו"ת דברי חיים פון זייער זיידען דער צאנזער רב.

                                     

3. הסתלקות

אין חודש סיון התרס"ג איז רבי משהלע געווארן געלעמט אויף דער לינקער זייט א סטראוק, אפאר מאנאט שפעטער אין עלטער פון זעקס און פופציג יאר - נאך ביים פאטערס לעבען - איז רבי משהלע נפטר געווארן, ד חול המועד סוכות כ תשרי התרס"ד.

                                     

4. פאמיליע

רבי משהלע האט געהייראט מרת רחל פייגא א טאכטער פון זיין פעטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב. פון זייערע קינדער, סאיז געווען נאך:

  • הרב יחיאל נתן האלבערשטאם התרכ"ה - ז ניסן התרצ"ד, ממלא מקום פון פאטער, רב אין בארדיאוו. ער האט געהייראט מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא.
  • הרב שמואל האלבערשטאם הי"ד התרכ"ו אומגעפער - התש"ד אומגעפער), פון בארדיאוו, ער האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב מאיר ליפשיץ, פון יאנאוו.
  • הרב אריה לייביש האלבערשטאם הי"ד התר"ל - התש"ב אומגעפער), פון מושינא, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל רוקח, רב אין סקאהל.
  • הרב יהושע האלבערשטאם הי"ד התרל"ח - התש"ג אומגעפער), רב אין דאלינא, ער האט געהייראט מרת רבקה אן איינציגע טאכטער בת יחידה פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין, רב אין דאלינא.
  • הרב יצחק האלבערשטאם התר"ם אומגעפער - ערב ראש השנה כ"ט אלול התש"ג), בארדיאווער רב אין אמעריקא.
  • הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם, פון בארדיאוו.
  • מרת פעסיל הי"ד, די ווייב פון הרב חנה האלבערשטאם הי"ד ו תמוז התרמ"ד - י"ח תשרי התש"ג, רב אין קאלאשיץ.
  • מרת חיה הי"ד, די ווייב פון הרב אפרים האלבערשטאם הי"ד, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם רב אין גריבאוו.
  • מרת שרה - ב אלול התרצ"ז, די ווייב פון הרב נפתלי צבי אונגאר התר"ם – ט"ז אב התש"ב, פון בארדיאוו.


                                     

5. רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, התשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר