ⓘ אלישע האלבערשטאם. רבי אלישע איז געבוירן אין יאר כתר, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זי ..

                                     

ⓘ אלישע האלבערשטאם

רבי אלישע איז געבוירן אין יאר כת"ר, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

                                     

1. זיינע רביס

רבי אלישע האט געלערנט ביי זיין שווער רבי מרדכי דוב, דער הארנסטייפלער רב, פופצן יאר, ער האט באקומעו סמיכה ב קדושים אין יאר התרנ"ה פון הרב חיים איסר הורוויץ רב אין וויטקאוו, י"ט חשוון התרנ"ו פון הרב נפתלי צבי גאלדבערג ראב"ד אין טארנא, ב חוקת אין יאר התרנ"ט פון הרב נתן גאלדבערג רב אין לימאנאוו, און י"ד חשוון התרס"ד פון הרב שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל.

                                     

2. רבנות

איו יאר התרס"א איז רבי אלישע געווען רב אין קראס-קראסנא; אין יאר התרס"ה איז ער געווארן ראב"ד איו גארליץ, נאך זיין ברודערס פטירה אין יאר התרע"ח איז ער געווארן רב.

ווען די צווייטער וועלט מלחמה איז אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן קיין סאמבאר. פון דארטן האט מען אים אריבערגעפירט אין סיביר.

                                     

3. הסתלקות

רבי אלישע איז נפטר געווארן אין סיביר רוסלאנד פסח ביים סדר אנווייזנדיג אין דער הגדה אויף "ויהי בחצי הלילה", ט"ו ניסן התש"א.

זיין רביצין מרת יוכבד רבקה איז אויך נפטר געווארן דארט י"ט תשרי התש"א.

                                     

4. פאמיליע

רבי אלישע האט געהייראט מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון זיין פעטער הרב מרדכי דוב טווערסקי, דער הארניסטייפלער רב. זייערע קינדער:

  • הרב צבי מנחם מענדל האלבערשטאם, נפטר געווארן אין יאר התשכ"ז, גארליץ - ראפשיצער רבי אין ניו יארק, ער האט געהייראט מרת חנה מינדל א טאכטער פון הרב מנשה מאריליעס, רב אין דובעצק.
  • הרב נפתלי חיים האלבערשטאם, פון גארליץ. גבאי פון כולל חיבת ירושלים גאליציע.
  • הרב דוד משה האלבערשטאם תר"ן - תשל"א, דינאווער רבי אין אמעריקא, ער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב יוסף שפירא רב אין דינאוו, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בערטש. רבי דוד משה איז נפטר געווארן אין ניו יארק אין יאר התשל"א אן קינדער. ער האט איבערגעדריקט דעם ספר הנותן אמרי שפר.
  • הרב אהרן האלבערשטאם געב תרנ"ה, גארליץ - וויעליטשקא רבי אין אמעריקא. אן איידעם רבי שמואל שמעלקע פרענקיל-תאומים, קלאסני-וויעליטשקער רב.
  • מרת אלטא צפורה הי"ד.
  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, גארליצער רבי אין אמעריקא, אן איידעם פון הרב שמואל שפירא רב פון רעדים. זיין טאכטער
  • הרב מרדכי דוב האלבערשטאם, פון ירושלים. ער איז נפטר געווארן אין ניו יארק כ תשרי התשל"ט, אין ליגט אין הר הזיתים. זיינע קינדער
  • מרת יוכבד רבקה די פרוי פון רבי יחיאל מיכל דוב האלבערשטאם.
  • הרב ברוך האלבערשטאם נפ ט"ו אב תשמ"ב, גארליצער רבי פון בני ברק. אן איידעם פון רבי ישכר שלמה טייכטאל, פישטיאנער רב.
  • מרת נחמה
  • מרת ברכה, די פרוי פון הרב ברוך משה פרנס פון אמעריקא
  • מרת רחל פייגא, די פרוי פון הרב יצחק שפירא-קטן פון אמעריקא, א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין לאנצהוט.
  • מרת מרים לאה, הי"ד, די פרוי פון הרב זלמן האלבערשטאם פון אמעריקא


                                     

5. רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, התשנ"ט
                                     
  • רבי ברוך האלבערשטאם זצ ל נפ ט ו אב תשמ ב גארליצער רבי אין בני ברק. רבי ברוך איז געבוירן צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם רב אין גארליץ, א זון פון
  • אהרן האלבערשטאם זצ ל ה תרנ ה - גארליץ - וויעליטשקא רבי רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה תרנ ה אומגעפעהר צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם רב אין
  • זיין זון: הבחור שמואל צבי הי ד. הרב זלמן האלבערשטאם ער האט געהייראט מרת מרים לאה א טאכטער פון הרב אלישע האלבערשטאם פון גארליץ אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר
  • צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם רב אין גארליץ, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און
  • הרב שלום האלבערשטאם ה תרט ו - ה תש ב רב אין ניסקא. הרב אלישע האלבערשטאם ה תר ך - י ט תשרי ה תש א רב אין גארליץ. הרב סיני האלבערשטאם ה תר ל - כ ו
  • רבי שלום האלבערשטאם ה תרט ו - ה תש ב רב אין ניסקא. רבי אלישע האלבערשטאם ה תר ך - י ט תשרי ה תש א רב אין גארליץ. רבי סיני האלבערשטאם ה תר ל - כ ו
  • חיים האלבערשטאם זצ ל ה תרנ ה - י שבט ה תש ד פון גארליץ. רבי נפתלי חיים איז געבוירן אין יאר ה תרמ ה אומגעפער צו זיין פאטער הרב אלישע האלבערשטאם רב
  • יחזקאל שרגא האלבערשטאם א זון פון הרב אלישע האלבערשטאם רב אין גארליץ די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם א זון הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם רב אין
  • הענא, די ווייב פון הרב דוד משה האלבערשטאם ה תר ן - ה תשל א דינאווער רבי אין אמעריקא, א זון פון הרב אלישע האלבערשטאם רב אין גארליץ. מרת פריידא, די ווייב
  • האריה ה תכ ט - רבי יונה תאומים, מחבר פון קיקיון דיונה ה תש א - רבי אלישע האלבערשטאם גארליצער רב געב התק ך ה תשע ה - רבי שמואל וואזנער, חרדישער רב און