ⓘ סיני האלבערשטאם. רבי סיני איז געבוירן אין אנהייב יאר התרל, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און ..

                                     

ⓘ סיני האלבערשטאם

רבי סיני איז געבוירן אין אנהייב יאר התר"ל, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

                                     

1. רבנות

רבי סיני איז געווען יונגער רב פון גארליץ נאכהער איז ער געווען רב אין קאלאשיץ, אין יאר התרס"ז האט מען אים אויפגענימען אלץ רב אין זשמיגראד. נאך זיין פאטערס פטירה האט ער אנגעהויבן פירן א הויף.

                                     

2. פאמיליע

אין עלטער פון איינס און א האלבן יאר איז רבי סיני געווארן פארלויבט און האט שפעטער געהייראט מרת רוחמה די טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ. זייערע קינדער:

  • הרב חיים יהודה האלבערשטאם, ראב"ד אין אשפעצין, ער האט געהייראט מרת רינטשא א טאכטער פון הרב יהושע פנחס בומבאך רב אין אשפעצין, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב אברהם אביש האלבערשטאם התרנ"ד - התש"א, דיין אין סאטמאר.
  • הרב דוד האלבערשטאם התרנ"ה - התש"ב, דיין אין סאסנאוויץ, ער האט געהייראט אין חודש סיון התרע"ח מרת גיטל א טאכטער פון כנסת יחזקאל פון ראדאמסק, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
  • הרב אהרן האלבערשטאם, רב אין אשיעק, ער האט געהיראט מרת רחל מרים א טאכטער פון הרב חיים ברוך רובין, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, כ"ב תמוז התש"ב, הי"ד.
  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, פון רידיק, אן איידעם פון הרב פנחס נתן סאפרין.
  • הרב ברוך האלבערשטאם התר"ס - התש"ב, רב אין זאקילקוב, ער האט געהייראט מרת לאה א טאכטער פון הרב דוב בעריש וויידנפעלד, דער טשעבינער רב, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
  • הרב יעקב האלבערשטאם, רב אין טשאקאווע.
  • הרב ישראל האלבערשטאם, זשמיגראדער רבי אין אמעריקא. זיינע קינדער
  • הרב ברוך שמשון האלבערשטאם.
  • הרב סיני האלבערשטאם.
  • הרב אריה לייביש האלבערשטאם, זשמיגראדער רבי אין ארץ ישראל.
  • מרת פעסיל, די ווייב פון הרב יעקב מאשקאוויץ, שאצער רבי פון חיפה.
  • מרת רייזל שרה, די ווייב פון הרב ברוך האלבערשטאם רב אין גריבאוו, אן אייניקל פון קרייזער רב, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
                                     

3. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, התשנ"ט
                                     
  • צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און
  • טשאקאווע, א זון פון הרב סיני האלבערשטאם רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. און
  • נחום טריביטש, ניקאלשבורגער רב, מחבר פון שלום ירושלים ה תש א - רבי סיני האלבערשטאם זשמיגראדער רב ה תשס ה - הרב שלמה זאב צווייגענהאפט, ראש השוחטים פון
  • גריבאוו אין תרס ג. ער האט געהייראט מרת רייזל שרה, א טאכטער פון הרב סיני האלבערשטאם אב ד גריבאוו. ער איז אומגעקומען על קידוש השם ג תשרי תש ג. זיין זון
  • רבי אברהם אביש האלבערשטאם הי ד ה תרנ ד - ה תש א פון סאטמאר רבי אברהם אביש איז געבוירן אין יאר ה תרנ ד, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם רב אין זשמיגראד
  • רבי אלישע האלבערשטאם ה תר ך - י ט תשרי ה תש א רב אין גארליץ. רבי סיני האלבערשטאם ה תר ל - כ ו תמוז ה תש א רב אין זשמיגראד. מרת חנה, ה תרי ג אומגעפער
  • הרב שלום האלבערשטאם ה תרט ו - ה תש ב רב אין ניסקא. הרב אלישע האלבערשטאם ה תר ך - י ט תשרי ה תש א רב אין גארליץ. הרב סיני האלבערשטאם ה תר ל - כ ו
  • יעקב האלבערשטאם זצ ל ח כסלו ה תרנ ז - ד חשוון ה תשכ ח רב אין טשאקאווע. רבי יעקב איז געבוירן ח כסלו ה תרנ ז, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם רב
  • מרדכי זאב האלבערשטאם רב פון צאנז קרעניץ, רבי מנחם צבי רב פון קהל בני תורה צאנז, רבי סיני האלבערשטאם רבי אשר האלבערשטאם רבי חיים מאיר האלבערשטאם רבי אהרן
  • זייערע קינדער: מרת פריידא די פרוי פון הרב משה אריה פריינד פון ירושלים. הרב סיני דאכנער, הי ד. הרב ירוחם דאכנער, הי ד. הרב ישכר דוב בער דאכנער תרס ה - כ ח