ⓘ אריה לייביש טייטלבוים, קרעשוב. רבי לייביש איז געבוירן אין יאר התר אומגעפעהר צו זיין פאטער הרב ירוחם טייטלבוים פון טארנא, א זון פון הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, ..

                                     

ⓘ אריה לייביש טייטלבוים (קרעשוב)

רבי לייביש איז געבוירן אין יאר הת"ר אומגעפעהר צו זיין פאטער הרב ירוחם טייטלבוים פון טארנא, א זון פון הרב משולם זלמן יהונתן ליפשיץ, א זון פון אריה דבי עילאי

                                     

1. רבנות

רבי לייביש איז געווען רב אין קרעשאוו, און ווען זיין שווער רבי ברוך האלבערשטאם איז געווארן רב אין גארליץ, האט ער אים איבערגעגעבן דאס רבנות אין רודניק, ציזאמען מיט זיין זון רבי צבי הירש האלבערשטאם.

                                     

2. פאמיליע

רבי לייביש האט געהייראט מרת יוכבד רבקה א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. זייערע קינדער:

  • מרת פעסיל די פרוי פון הרב נפתלי טייטלבוים.
  • הרב בנימין האלבערשטאם פון נוא יארק.
  • מרת מרים די פרוי פון הרב פנחס יוסף דאכנער. זייערע קינדער
  • הרב יעקב שמעון דאכנער, פון ברוקלין, ניו יארק.
  • הרב ישכר דוב בער דאכנער תרס"ה - כ"ח אב תשנ"ב, באניער רב און רב פון די סאטמארער חסידים אין אנטווערפן.
  • הרב ירוחם דאכנער, הי"ד.
  • הרב סיני דאכנער, הי"ד.
  • מרת פריידא די פרוי פון הרב משה אריה פריינד פון ירושלים.
                                     

3. רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, התשנ"ט
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד