ⓘ מנחם מענדיל האגער, בני ברק. רבי מנחם מענדיל האגער איז דער וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ, אין עזרא גאס, בני ברק. ער איז דער יונגערער זון פונעם פריערדיקן ..

                                     

ⓘ מנחם מענדיל האגער (בני ברק)

רבי מנחם מענדיל האגער איז דער וויזשניצער רבי פון מרכז חסידי וויזשניץ, אין עזרא גאס, בני ברק.

ער איז דער יונגערער זון פונעם פריערדיקן וויזשניצער רבין רבי משה יהושע האגער, דער "ישועות משה", און פון מרת לאה אסתר, טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש הי״ד.

א יאר נאך זיין בר מצווה איז ער געפארן קיין אמעריקע צו לערנען אין דער סקווערער ישיבה.

ער האט געהייראט מרת מרים, די טאכטער פון הרב אברהם דוד הורוויץ, שטראסבורגער רב, ב׳ אדר ב׳ תשל״ו.

ביז זיין פאטערס פטירה כ אדר התשע"ב האט ער געדינט אלס רב פון קרית וויזשניץ, בני ברק. פאר א קליין שטיקל צייט, נאך איידער ער איז געווארן דער רב פון וויזשניצער שיכון, פלעגט ער אויך דינען אלס רב פון דער וויזשניצער קהילה אין אנטווערפן.

רבי מענדיל איז געקרוינט געווארן אלס אב"ד קרית וויזשניץ, בני ברק, י סיון התש"ן ביי דער היסטארישער פארזאמלונג פון "התוועדות העולמית דחסידי וויזשניץ" וואו זיין טאטע דער וויזשניצער רבי האט אים מכתיר געווען במעמד אלפי ישראל.

אין די לעצטע יארן האט רבי מענדיל אנגעהויבן צו פירן ווי אויך האט ער אנגעהויבן צו בויען מוסדות און געקויפט א גרויסן שטח אין בני ברק, און בויעט אויף בתי מדרשים אין ארץ ישראל און אין דער גאנצער וועלט. אויסער בני ברק, האט ער אויך מוסדות וואס געפונען זיך אין אשדוד, אלעד, ירושלים, אנטווערפן, וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און לאנדאן. צווישן זיינע פראמינענטע און מער בארימטע חסידים זענען אריינגערעכנט: הרב ישראל גרינבערגער, רב פון דער וויזשניצער רבי מענדל קהילה אין פתח תקווה און אלעד און מחבר ספר שו"ת "שובה ישראל", דער עשיר און פילאנטראפ חיים שטערן פון קווינס און הרב שלמה שטיינמעץ פון וויליאמסבורג.

                                     

1. שוואנצונעס

אום חודש תמוז התשע"ח האט רבי מענדיל געגעבן א דרשה פאר זיינע חסידים אין ניו יארק, און אין ארץ ישראל אין וועלכער ער האט פארלאנגט פון זיינע חסידים צו האבן הונדערט פראצענט געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט צו אים, און ווער סקען נישט אויסהאלטן די ערפארדערונגען זאל ארויסנעמען זאפארט זיינע קינדער פון די מוסדות און זאל גייען זוכן פאר זיך אן אנדערע פלאץ. ער האט געזאגט אז ער וויל נישט האבן קיין "באטשיס" א ווארט וואס שטאמט אורשפרינגליך פון אונגאריש און מיינט פעטער, אבער האט אויך א צוזעצליכע באדייטונג - "קאלטע חסידים", און אז די וואס ווילן בלייבן זיינע חסידים מוזן איהם פאלגן אן קיין קושיות און בלינדערהייט זיין זיינע "שווענץ" "געטרייע הייסע חסידים". די דרשה וואס האט געדויערט אומגעפער צוויי שטונדען האט פאראורזאכט א שטורעם אין דער גאנצער חרדישער וועלט און האט מיטגעשלעפט מיט זיך צאלרייכע רעאקציעס. דורכאויס דער דרשה האט רבי מענדיל געמאכט א ליד מיט די פאלגנדע ווערטער: "די שיטה הקדושה פונעם הייליגן ישועות משה, דהיינו שוואנצנות". ער האט באפוילן פאר זיינע חסידים צו זינגען דאס ליד אין פארזאמלונגען און אין יעדער אנדערער געלעגנהייט. שפעטער, איז דאס ליד פארשפרייט געווארן אומעטום, און ווערט היינט צו טאגס אפגעשפילט ביי פילצאליגע חתונות און אנדערע פאראנשטאלטונגען ארום דער חרדישער וועלט.

                                     

2. זיין משפחה

רבי מנחם מענדיל און זיין ווייב מרת מרים האבן איין זון און דריי טעכטער.

  • מרת מחלה, ווייב פון רבי יואל משה מרדכי כ"ץ, דער עלטסטער זון פון רבי אשר אנשיל, וויענער רב אין וויליאמסבורג.
  • מרת מרגלית, ווייב פון הרב דוד, זון פונעם פרעמישלאנער רבי, רבי מאיר ראזנבוים
  • הרב חיים מאיר, רב פון די חסידים אין בארא פארק. ער האט געהייראט מרת נחמה מירל, טאכטער פון רבי נפתלי צבי ווייס, דער ספינקער רבי פון בארא פארק.
  • מרת שרה רבקה, ווייב פון הרב ברוך, זון פון רבי יעקב האגער פון סערעט־וויזשניץ, חיפה
                                     
  • מו צ אין שיכון ה געגנט אין בני ברק רבי יעקב קא פל חסיד - ט ו אלול ה תקמ ז בעל תפלה פונעם בעל שם טוב. רבי מנחם מענדיל האגער ה תקכ ט - י ז חשוון ה תקפ ו
  • מנחם מענדיל האגער זצ ל ה תרמ ה - י ג טבת ה תש א פון ווישעווע. רבי מנחם מענדיל איז געבוירן אין יאר ה תרמ ה, דער בכור פון זיין פאטער הרב ישראל האגער
  • דאמיטש רבי מנחם מענדיל האגער אדמו ר פון מרכז חסידי וויזשניץ אין בני ברק רבי מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו, דער אהבת שלום רבי מנחם מענדיל האגער פון קייאמישע
  • און ער האט באקומען דעם נאמען מנחם מענדיל נאך דעם גרינדער פון דער וויזשניצער דינאסטיע, הרה ק רבי מנחם מענדיל האגער בעל מחבר ספר צמח צדיק אין זיינע
  • רבי ישראל האגער געב ו אייר תש ה איז דער וויזשניצער רבי פון בני ברק ער איז דער עלטערער זון פון רבי משה יהושע האגער דער ישועות משה דער וויזשניצער
  • ישראל האגער דער היינטיגער רבי אין בני ברק רבי מנחם מענדיל האגער פון מרכז וויזשניץ אין בני ברק רבי ישראל האגער פון וויזשניץ מאנסי רבי יצחק יוחנן האגער פון
  • מנחם מענדיל האגער ה תרמ ה - י ג טבת ה תש א פון ווישעווע הרב חיים מאיר האגער ט ו כסלו ה תרמ ח - ט ניסן ה תשל ב דער וויזשניצער רבי פון בני ברק
  • פאטער הרב ברוך האגער פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס דער צמח צדיק א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, דער
  • נאדווארנער ראש ישיבה אין בני ברק און איידעם פון רבי יעקב ישכר בער ראזנבוים, דער פריערדיגער נאדווארנער רבי פון בני ברק הרב מנחם מענדיל האגער דער זעקסטער רבי
  • רבי מנחם נחום טווערסקי געב כ ב שבט ה תש ב איז דער טשערנאבילער רבי אין בני ברק מיט עטליכעע הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און איבער דער וועלט. רבי מנחם