ⓘ משולם זושא פון האניפאלי. דער רבי ר זושא איז געבוירן אומגעפעהר אין יאר התסה, צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל. רבי אליעזר ליפמאן איז ג ..

                                     

ⓘ משולם זושא פון האניפאלי

דער רבי ר זושא איז געבוירן אומגעפעהר אין יאר התס"ה, צו זיין פאטער הרב אליעזר ליפמאן. און צו זיין מוטער מרת מירל. רבי אליעזר ליפמאן איז געווען א רייכער מענטש ער האט פארמאגט אן ארענדע נעבן טיטשין, גאליציע, אכט קילאמעטער פון דער שטאט ריישא, דער רבי ר זושא האט געזאגט אויף זיין פאטער ער איז געווען א "מרא דחושבנא". אויף זיין מוטער האט דער רבי ר זושא געזאגט, אז זי האט מיטאמאל נישט געקענט דאווענען פון א סידור, נאר ברכות זאגן האט זי געקענט. דערצו האט ער געזאגט אז אויף דעם ארט וואו זי האט געזאגט ברכות יעדן אינדערפרי, האט גערוט די שכינה הקדושה.

זיי האבן געהאט זיבן קינדער פון דעם איז באקאנט:

  • די שוויגער פון הרב פסח לאנגזאם דער פאטער פונעם בני יששכר
  • דער רבי ר אלימלך
  • הרב אברהם פון קעניגסבערג
  • דער רבי ר זושא
  • הרב נתן ער איז געווען רב אין סטיטשין

אויף די עלטערע יארן האבן זיי זיך געצויגן קיין טיטשין און ליגן דארט אויפן בית החיים. אויף דער מצבה איז ארויפגעקריצט:

פ"נ איש תם וישר האלוף התורני מו"ה ר אליעזר ליפמאן ב"ר משה זצ"ל נפטר י"א אדר

                                     

1. וואנדערונגען

די צוויי הייליגע ברידער דער רבי ר זושא מיט דער רבי ר אלימלך האבן זיך ארויסגעלאזט אפרעכטן גלות. זיי זענען געגאנגען פון שטאט צו שטאט, ביז גאר ווייטע ערטער.

אין זיין יוגנט האט דער רבי ר זושא געוואוינט אין פארשידענע פלעצער צווישן זיי אין אוסטראה, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין האניפאלי.

                                     

2. הסתלקות

דער רבי ר זושא האט געלעבט לאנגע יארן, אומגעפעהר פינף און ניינציג יאר, אויפן ספר שו"ת מאיר נתיבים געדריקט אין יאר התקנ"א איז דא אן הסכמה פונעם רבי ר זושא, ווערט ער שוין דארט באטיטלט "הישיש".

די לעצטע זיבן יאר פאר דער רבי ר זושא איז נפטר געווארן, איז ער געלעגן אין בעט מיט שטארקע יסורים, ער האט אויף זיך אונטערגענומען צו ליידן יסורים לכפרת ישראל.

רבי מאטעלע טשערנאבילער פלעגט זאגן, אז דער רבי ר זושא איז געווען, דער אמתער צדיק הדור, ער האט אויף זיך געטראגן דעם יאך פונעם גאנצן כלל ישראל.

דער רבי ר זושא איז נפטר געווארן ב שבט התק"ס, און ער ליגט אין אניפאלי נעבן זיין רבין, דער רבי ר בער פון מעזריטש, און נעבן זיין גיטרייען גוטן פריינד הרב יהודה ליב הכהן, דער פארפאסער פון ספר אור הגנוז.

אויף זיין מצבה איז געווען אויסגעקריצט:

פ"נ קדוש ה, אדמו"ר הרב החסיד המפורסם רשכבה"ג עובד ה מאהבה והשמח ביסורים ורבים השיב מעון כ"ש מו"ה רבי משולם זיסל ברא"ל זלה"ה שנת תק"ס ב שבט

                                     

3. פאמיליע

דער רבי ר זושאס קינדער, פון זיין ערשטער פרוי:

  • הרב צבי מנחם אווערבאך, רבי הערש מענדל, געווען רב אין האניפאלי.

פון זיין צווייטע פרוי מרת הענדל:

  • הרב ישראל אברהם רב אין טשארנא-אוסטראה טשערנאסטראה, געבוירן התקל"ב. רבי ישראל אברהם האט געהייראט מרת ציזיא חנה די טאכטער פון הרב זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה. ער איז נפטר געווארן כ"א טבת התקע"ד.
  • די פרוי פון הרב מנחם נחום פון האניפאלי, תלמיד מובהק פון זיין שווער דער רבי ר זושא.