ⓘ אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם. רבי לייביש מרדכי איז געבוירן געווארן אין יאר התרלב אומגעפער, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל ..

                                     

ⓘ אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם

רבי לייביש מרדכי איז געבוירן געווארן אין יאר התרל"ב אומגעפער, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

                                     

1. רבנות

רבי לייביש מרדכי האט געוואוינט אין שינאווא, און אין יאר התרפ"ב האט ער זיך באזעצט אין קראקא, ער איז געווען באקאנט פאר זיין גלייכקייט און ערליכקייט, טויזענטער חסידים פון נאנט און ווייט פלעגען קומען זיך פראווען ביי אים.

                                     

2. הסתלקות

איעדעס מאל וואס רבי לייביש מרדכי פלעגט קומען קיין צאנז האט ער אויפגעפאסט נישט צו נעכטיגן דארט, ער האט געזאגט אז דער פאטער ריפט אים, איינמאל ווען ער האט זיך נישט געפילט גוט, איז ער געבליבן איבערנעכטיגן, און ער איז פלוצלינג נפטר געווארן כ"ז חשוון התרצ"א, און ליגט אין צאנז נעבען זיין פאטער.

                                     

3. פאמיליע

רבי לייביש מרדכי האט געהייראט מרת דבורה א טאכטער פון הרב ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים, רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים, רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון דעם ישמח משה. זייערע קינדער:

  • הרב יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי"ד התרנ"ג אומגעפער - התש"ב אומגעפער), ממלא מקום פון פאטער, שינאווער רבי אין צאנז. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל שפירא רב אין רעדים. ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
  • ישראל יעקב יוקל הי"ד. יחזקאל שרגא הי"ד. יוטקע ליפשע הי"ד.
  • מרת ריווא הי"ד, די ווייב פון הרב יצחק מאסקאוויטש התר"ס - ט חשוון התרצ"א, שאצער רבי פון לאנדאן, א זון פון הרב שלום מאסקאוויטש פון שאץ-לאנדאן. זי איז אומגעקומן אויף קידוש השם מיט אירע קינדער, הי"ד.
  • הרב משה האלבערשטאם, פון שינאווא, ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם מיט זיין רביצין און זעקס קינדער, הי"ד.
  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם התרנ"ה אומגעפער - התש"ג אומגעפער), ממלא מקום פון פאטער, שינאווער רבי אין שינאווא, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע האלבערשטאם רב אין באכניא א זון פון הרב אשר מאיר האלבערשטאם רב אין באכניא, ער איז אומגעקומן אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.
  • מרת רחל, די ווייב פון הרב יעקב הורוויץ, מעליצער רב, א זון פון הרב אלעזר הורוויץ פון בארווע, א זון פון הרב נפתלי הורוויץ רב אין מעליץ, זי איז אומגעקומן אויף קידוש השם מיט איר פאמיליע, הי"ד.


                                     

4. רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
                                     
  • בא דײ טן: אריה לייביש האלבערשטאם איז דער נאמען פון עטלעכע אדמורי ם פון דעם צאנזער הויף. רבי אריה לייביש האלבערשטאם ה תקצ ח - ה תרס ח דוקלער רב. רבי אריה לייביש
  • מאיר האלבערשטאם רב אין באכניא. רבי משה האלבערשטאם הי ד - ה תש ג פון שינאווא, א זון פון רבי אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם רבי משה האלבערשטאם הי ד
  • רבי אריה לייבוש האלבערשטאם זצ ל ה תרי ב - כ א אדר א ה תרצ ג רב אין גריבאוו און צאנז. רבי לייבוש איז געבוירן אין יאר ה תרי ב צו זיין פאטער הרב אהרן
  • רבי אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם דאלינא ה תר ס אומגעפעהר - ה תש ב רב אין דאלינא. החתן יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי ד
  • פאטער הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם פון שינאווא, א זון פון הרב משה האלבערשטאם רב אין שינאווא, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב
  • רבי בן ציון אריה לייבוש האלבערשטאם איז דער היינטיקער באבאווער רבי. ער איז א זון פון דעם דריטן באבאווער רבי ן רבי שלמה האלבערשטאם און א ברודער פון רבי
  • פעריל, די ווייב פון הרב מרדכי האלבערשטאם א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם רב אין פיקעלי א זון פון הרב נפתלי צבי הירש האלבערשטאם רב אין גלוסק און פיקעלי
  • רבי אריה לייביש ליפשיץ זצ ל, ה תקכ ז - י ז טבת ה תר ו רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי, באקאנט אלס רבי לייביש חריף. רבי לייביש איז געבוירן אין יעראסלאוו
  • מרדכי זאב האלבערשטאם ה תרמ ב - כ ו סיון ה תש ב איז געווען רב אין גריבאוו און דער לעצטער רב אין צאנז. ער איז געבוירן צו זיין פאטער הרב אריה לייביש האלבערשטאם
  • רבי אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם זצ ל שינאווער רבי אין צאנז. רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי ד שינאווער רבי אין צאנז. רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם הי ד