ⓘ מנחם מענדל האלבערשטאם, סטראפקאוו. רבי מענדל איז געבוירן אין יאר התרלג, צו זיין פאטער הרב אברהם שלום האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלב ..

                                     

ⓘ מנחם מענדל האלבערשטאם (סטראפקאוו)

רבי מענדל איז געבוירן אין יאר התרל"ג, צו זיין פאטער הרב אברהם שלום האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו, א זון פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. אין צו זיין מוטער מרת חיה יהודית א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ דער צווייטער פון לינסק,אן אור-אייניקל פון ראפשיצער רב.

                                     

1. רבנות

רבי מענדל האט געהאט היתר הוראה פון הרב שמואל ענגיל רב אין ראדאמישל. נאך ביים פאטערס לעבן איז ער שוין געווען ראש הישיבה און רב אין סטראפקאוו, נאך זיין פאטערס פטירה איז רבי מענדל געווארן רבי.

ביי די צווייטע וועלט קריג איז רבי מענדל אנטלאפן קיין באדאפעסט און פון דארט קיין פרעשבורג, פון פרעשבורג האט מען אים אריבער געשמאגעלט קיין שווייץ.

חנוכה התש"ז איז רבי מענדל אנגעקומן קיין ברוקלין און הרב ישראל זופניק האט אים געעפענט א בית המדרש דברי יחזקאל.

                                     

2. הסתלקות

ווען רבי מענדל איז קראנק געווארן איז דער סקווערער רבי און דער סאטמערער רבי געווען ביי זיין בעט, זיי האבען געהייסן מזאל אים אריין פירן אין שפיטאל, ווי ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת ו אייר התשי"ד, אין ברוקלין. אויף דעם פארלאנג פון דעם סאטמערער רבי האט מען אים ארויפגעפירט קיין ארץ ישראל, ער ליגט אין דעם הר המנוחות אין ירושלים.

                                     

3. פאמיליע

רבי מענדל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת אסתר א טאכטער פון הרב יעקב קאפיל פרנס

בזיווג שני האט רבי מענדל געהייראט מרת בריינדיל א טאכטער פון הרב שלמה ברוך פראגער, רב אין פעטראוועסלא, אן אייניקל פון מהר"ם שיק. זיינע קינדער:

  • הרב דוד האלבערשטאם הי"ד, רב אין דאברא, ער האט געהייראט א טאכטער פון יאסלא רב.
  • הבחור שמואל האלבערשטאם הי"ד.
  • הבתולה צפורה הי"ד.
  • הבחור חיים האלבערשטאם הי"ד.
  • הבחור דוד האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת חנה שיינדיל די פרוי פון הרב ישראל צבי רובין.
  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם הי"ד, רב אין וורנאוו. ער האט געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב נפתלי רובין, רב אין ווישניצא. זייער טאכטער
  • מרת חנה רחל, די פרוי פון הרב משה אהרן האלבערשטאם, א זון פון הרב יחיאל נתן האלבערשטאם רב אין בארדיאוו.
  • הרב אברהם נפתלי האלבערשטאם, דיין אין סאטמאר, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, רב אין סאטמאר, א זון פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראטצפערט. ער איז אומגעקומן צוזאמן מיט זיין פאמיליע אין אושוויץ אין יאר התש"ד, הי"ד.
  • הבחור יעקב קאפיל האלבערשטאם הי"ד.
  • הרב חיים האלבערשטאם, ער האט גיהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב אריה לייביש ראזענפעלד, רב אין מאשציסק.
  • מרת רייצא, די פרוי פון הרב חיים אלעזר בינדיגער, רב אין שינאווא, א זון פון הרב אלימלך בינדיגער, רב אין שינאווא.
  • החתן אריה לייביש האלבערשטאם הי"ד.


                                     

4. רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
                                     
  • האלבערשטאם א זון פון רבי אהרן האלבערשטאם רב אין ביאלא - ביליץ. רבי דוד האלבערשטאם הי ד, רב אין דאברא, א זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם סטראפקאוו
  • ד תמוז ה תרס ו האט רבי מענדל י געהייראט אין סטראפקאוו מרת חיה א טאכטער פון הרב אברהם שלום האלבערשטאם דער סטראפקאווער רב, פון זיין צווייטע זיווג, בזיווג
  • זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין סטראפקאוו רבי יחזקאל האלבערשטאם הי ד - ה תש ב רב אין דוקלא. א זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין פריסטיק
  • שרגא האלבערשטאם רב אין טריבאשאוו, סלאוואקיי. הרב משה אהרן האלבערשטאם דיין אין סטראפקאוו ער האט געהייראט מרת חנה רחל א טאכטער פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם
  • זי איז נפטר געווארןה טבת ה תרמ ו. זייערע קינדער: הרב מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין סטראפקאוו מרת ביילא הי ד, די ווייב פון הרב ישכר דוב ליפשיץ, אן אייניקל
  • הרב יעקב יצחק האלבערשטאם הי ד, פון סאטמאר. די ווייב פון הרב אברהם נפתלי האלבערשטאם א זון פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין סטראפקאוו י ג אורות - סיפורים
  • רבי מנחם מענדל רבי מאיר הורוויץ זצ ל ה תרי ז אומגעפער - ד ניסן ה תרפ ד רב אין לינסק, א זון פון רבי אברהם חיים דער צווייטער. רבי מנחם מענדל הורוויץ
  • רבי יעקב יצחק האלבערשטאם הי ד, פון סאטמאר. די ווייב פון רבי אברהם נפתלי האלבערשטאם א זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין סטראפקאוו רבי משולם זושא
  • שרה, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון סטראפקאוו א זון פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין סטראפקאוו הרב שמואל רובין פון לאס אנדזשעלעס
  • חיה שרה, די ווייב פון רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון וורנאוו, א זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם רב אין סטראפקאוו רבי שמואל רובין - ל סיון ה תשמ ט