ⓘ אהרן האלבערשטאם, ביאלא. רבי אהרן איז געבוירן אין צאנז אין יאר התרכה, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קש ..

                                     

ⓘ אהרן האלבערשטאם (ביאלא)

רבי אהרן איז געבוירן אין צאנז אין יאר התרכ"ה, צו זיין פאטער, הרב יוסף זאב האלבערשטאם, רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו, אן איידעם פון הרב מאיר הלוי ראטטענבערג פון אפטא, דער אור לשמים, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.

                                     

1. רבנות

פון קליינעהייט האט רבי אהרן געדארשט צו לערנען, ער איז געווען דאס ליבלינגס קינד פון זיין עלטער זיידן דער צאנזער רב וועלכער פלעגט אים שטענדיג פארהערן. דער צאנזער רב האט געזאגט פאר זיין פאטער דער קשאנאווער רב, דיין אייניקל האט א נשמה פון איינעם פון די גדולים פון פאר דריי הונדערט יאר. אין עלטער פון דרייצען יאר האט רבי אהרן געענדיגט ש"ס. אין יאר התרמ"ט איז ער געווארן רב אין ביאלא נעבען ביליץ.

                                     

2. פאמיליע

אין יאר התרל"ט האט רבי אהרן געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה רחל א טאכטער פון הרב אלטער מאיר דוד הלוי ראטטענבערג, רבי פון וואלבראם, זי איז נפטר געווארן כ"ג ניסן התרמ"א ביים געבורט פון איר זון:

  • הרב מנחם בנימין בן-ציון הלוי ראטטענבערג התרמ"א - כ"ג ניסן התשי"ז, וואוידיסלאווער רב - ברוקלין

בזיווג שני האט רבי אהרן געהייראט מרת דבורה א טאכטער פון הרב יהושע יצחק קליגער, רב אין גריידינג. זייערע קינדער:

  • מרת רויזא, די ווייב פון הרב נפתלי בינדיגער, פון פרעמישלא.
  • הרב משולם האלבערשטאם.
  • הבתולה חוה.
  • הרב חיים האלבערשטאם
  • הרב יעקב האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת רויזא א טאכטער פון הרב שמחה, פון סאנוק.
  • מרת רייזל.
  • מרת גיטל, די ווייב פון הרב ישראל לעבערטוב.
  • מרת אסתר, די ווייב פון הרב יעקב ציגלער.
  • הרב דוד האלבערשטאם, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ פון קראס.
  • די ווייב פון הרב יואל משה פינטער פון ברוקלין.
                                     
  • בא דײ טן: אהרן האלבערשטאם איז דער נאמען פון: רבי אהרן האלבערשטאם דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים רבי אהרן האלבערשטאם רב אין ביאלא - ביליץ רבי אהרן האלבערשטאם
  • תנא פון דער תקופה פון דעם בר כוכבא אויפשטאנד ה תש ב - רבי אהרן האלבערשטאם הי ד, רב אין ביאלא - ביליץ געב ה תרכ ה ה תש ד - הרב יהושע בוקסבוים הי ד, רב
  • ט אלול ה תרצ ב א זון פון רבי אהרן האלבערשטאם, רב אין ביאלא - ביליץ. אויך: רבי חיים ברוך האלבערשטאם א זון פון רבי אריה לייביש האלבערשטאם פון טארנא
  • רבי דוד האלבערשטאם א זון פון רבי אהרן האלבערשטאם רב אין ביאלא - ביליץ. רבי דוד האלבערשטאם הי ד, רב אין דאברא, א זון פון רבי מנחם מענדל האלבערשטאם סטראפקאוו
  • שטיקלעך אינעם ספר פרי מגדים אויף אורח חיים, פארפאסט דורך רבי אהרן האלבערשטאם פון ביאלא און געדרוקט אין מונקאטש בשנת תרס ז. ער האט עס געדרוקט אהן ארויסשרייבן
  • ה תר ף אומגעפער רב אין גלוסק און פיקעלי הרב אהרן האלבערשטאם הי ד ה תרכ ה - כ ו סיון ה תש ב רב אין ביאלא - ביליץ קשאנאוו הויף י ג אורות - סיפורים דערציילט
  • צפורה א טאכטער פון הרב אהרן הורוויץ רב אין בייטש. די ווייב פון הרב דוד האלבערשטאם א זון פון הרב אהרן האלבערשטאם רב אין ביאלא - ביליץ. זרעא קדישא אנציקלופדיה
  • זיין פאטער, הרב אהרן האלבערשטאם רב אין ביאלא - ביליץ, א זון פון הרב יוסף זאב האלבערשטאם רב אין באכניא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם דער קשאנאווער רב
  • ווייב פון רבי זאב גוגענהיים רבי דוד האלבערשטאם רב אין רידיק. רבי אהרן האלבערשטאם ה תרכ ה - כ ו סיון ה תש ב רב אין ביאלא - ביליץ. רבי מנחם בנימין בן - ציון הלוי