ⓘ חנה האלבערשטאם. רבי חָנה איז געבוירן ו תמוז התרמד צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פֿריסטיק, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, ..

                                     

ⓘ חנה האלבערשטאם

רבי חָנה איז געבוירן ו תמוז התרמ"ד צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פֿריסטיק, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פייגא ביילא א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב.

פאר רבי חנה איז געבוירן, איז זיין מוטער די פריסטיקער רביצין אריין צו איר פאטער דער שינאווער רב, וועלכער האט זיך געקליבן צו פארן קיין קרעניץ זיך אויסרוען, זי האט געוויינט ביים זיידן ער זאל איר אנווינטשן אז זי זאל האבן א לייכטן געבורט און דאס קינד זאל בלייבן לעבן, ווייל ביז דאן האבן זיך נישט געהאלטן ביי איר קיין קינדער ל"ע. דער פאטער האט איר געענטפערט, די טראגסט אין דיר א צדיק, האט זיך דער משב"ק רבי אנשיל אנגערופן מיט א ווערטל, א צדיקת, האט דער פאטער איבערגעזאגט, ניין, א צדיק.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב פעסיל, א טאכטער פון הרב משה האלבערשטאם דער בארדיובער רב, דער עלטסטער זון פון הרב ברוך האלבערשטאם פון גארליץ, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

                                     

1. רבנות

רבי חנה איז יונגערהייט שוין געווען רב אין קאלאשיץ, ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין קאשוי, דארט האט ער געוואוינט זיבן יאר. אין יאר התרפ"ג איז ער צוריק געקומען קיין גאליציע און זיך באזעצט אין ריישא, דארט האט ער געפירט א ישיבה זרע קודש פאר יונגע בחורים.

רבי חנה איז געווען איינע פון די אנגעזעהנע רביס אין זיין צייט, און ער איז געווען אן אויסגערופענער קעמפער קעגן דער ציוניסטישע באוועגונג. רבי חנה איז געווען א פייערדיגער שטיצער פון קופת רבי מאיר בעל הנס, דערפאר האט ער נישט צוגעלאזט די פושקעס פון ישיבת חכמי לובלין.

                                     

2. פאמיליע

רבי חנה האט געהייראט מרת פעסיל א טאכטער פון הרב משה האלבערשטאם, דער בארדיובער רב, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב. זייערע קינדער:

  • הרב משה אהרן האלבערשטאם הי"ד התרס"ד - התש"ב, יונגער רב אין קאלאשיץ. ער האט געהייראט מרת חיה יענטא, א טאכטער פון הרב דוד דוב מייזליש, רב אין אוהעל, הי"ד. זייערע קינדער
  • יקותיאל יהודה זלמן ליב האלבערשטאם הי"ד.
  • מנחם מענדל האלבערשטאם הי"ד.
  • חנה רחל האלבערשטאם הי"ד.
  • חיים יוסף האלבערשטאם הי"ד.
  • שלום האלבערשטאם הי"ד.
  • יחזקאל שרגא האלבערשטאם הי"ד.
  • הרב דוד לייביש האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת מיריש, א טאכטער פון זיין פעטער זיין פאטערס ברידער הרב אביגדור האלבערשטאם. זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם ו אייר התש"ד, הי"ד.
  • הרב ברוך האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת שאשא א טאכטער פון הרב חיים ברוך רובין רב אין ווישניצא, א זון פון הרב נפתלי רובין, אן איידעם פון שינאווער רב. זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב שלום האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון זיין פעטער זיין פאטערס ברידער הרב חיים ברוך האלבערשטאם רב אין פריסטיק. זיי זענען אומגעקומן אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הכלה שרה, זי איז אומגעקומן צוזאמען מיט איר פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הכלה מרים ברכה, זי איז אומגעקומן צוזאמען מיט איר פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד.
  • החתן יקותיאל יהודה האלבערשטאם, ער איז אומגעקומן צוזאמען מיט זיין פאמיליע אויף קידוש השם, הי"ד.
                                     

3. רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, התשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
                                     
  • האלבערשטאם הי ד, א זון פון רבי חנה האלבערשטאם רב אין קאלאשיץ. שלום האלבערשטאם הי ד, א זון פון רבי משה אהרן האלבערשטאם א זון פון רבי חנה האלבערשטאם
  • די ווייב פון רבי דוד לייביש האלבערשטאם א זון פון איר פעטער רבי חנה האלבערשטאם רב אין קאלאשיץ. הרב חיים ברוך האלבערשטאם הי ד ה תרמ ז - ה תש ב רב אין
  • האלבערשטאם רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם דאלינא ה תר ס אומגעפעהר - ה תש ב רב אין דאלינא. החתן יקותיאל יהודה האלבערשטאם הי ד, א זון פון רבי חנה
  • מנחם מענדל האלבערשטאם הי ד, א זון פון רבי משה אהרן האלבערשטאם הי ד, א זון פון רבי חנה האלבערשטאם הי ד רב אין קאלאשיץ. רבי מנחם מענדל האלבערשטאם הי ד, א
  • זייערע קינדער: אשר האלבערשטאם הי ד. יחיאל האלבערשטאם הי ד. שפרה חנה העניע האלבערשטאם הי ד. הרב מנחם מענדל האלבערשטאם ער איז געבוירן אין יאר ה תרפ ו, אין יאר
  • פראדל, ווייב פון הרב חיים שלמה האלבערשטאם הרב דוד, איידעם פון הרב לייבוש הורוויץ בן הרב צבי הירש פון סטריזשעוו מרת חנה רחל, ווייב פון הרב חיים דוד וואקסמאן
  • דוד האלבערשטאם הי ד ה תרמ ה אומגעפער - ה תש ב אומגעפער רב אין יאשליסק, ער האט געהייראט מרת חנה מרים א טאכטער פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם רב
  • זייערע קינדער: הרב דוד האלבערשטאם הרב יצחק האלבערשטאם הרב יוסף האלבערשטאם ער האט געהייראט מרת ביילא פרידמאן. זייערע קינדער: מרת חנה די ווייב פון הרב אריה
  • אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים, און צו זיין מוטער מרת חנה עלקא א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב וויינבערגער פון